יואל הלוי קרויס איז א חסידישער, סאטמארער אינגערמאן, פון לעיקוואד, וועלכער איז דער פובליצירער און ארויסגעבער פון וועכנטליכן מאמענט מאגאזין.

ביאגראפיערעדאַקטירן

יואל קרויס איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג, און געלערנט אין סאטמאר. נאך זיין חתונה האט ער געעפנט א סוקסעספולע מארקעטינג פירמע YHK, וועלכע האט געמאכט פיל גרויסע פראיעקטן און קאמפיינס ביים חסידישן עולם.

אין ה'תשע״ד האט ער זיך צוזאמגעשטעלט מיט א שותף און געעפנט דעם פאפולערן אידישן מאמענט מאגאזין. אין די ערשטע יארן פון דעם מאגאזין פלעגט ער אפט ארומגיין מאכן אינטערוויוס און באשרייבונגען.