יואב בן צרויה

(אַריבערגעפֿירט פון יואב)

יואב בן צרויה איז געווען דער מיליטער-באהערשער/ קריגס פירער פון דוד המלך, ער האט אנגעפירט די מלחמות אנטקעגן ארם, עמון און אדום. אויכט איז ער געווען די הויפט פון די סנהדרין. ער איז געווען די געשוועסטער קינד פון דוד.

יואב בן צרויה
יואב
געבורט המאה ה־11 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דערמארדעט 970 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
יואב בן צרויה (צייכונג)

דער מארד פון אבנר בן נר

רעדאַקטירן

אבנר בן נר איז געווען דער גענעראל פון שאול המלך, יואב האט אים געהארגט, אלס נקמה פאר די טויט פון זיין ברודער עשהאל. דוד המלך האט עס שטארק געבאדערט פארוואס ער האט אים געהארגט, און ער האט אים שטארק באוויינט, ווייל עס איז געווען א גרויסער גבור, צדיק, און א זייער א גוטער גענעראל, און עשהאל האט געהאט א דין פון א רודף האט ער אים געמעגט הארגענן, ער האט אבער נישט געהארגט יואב ווייל ער אים האט געדארפט אלס גענעראל.

דער מארד פון אבשלום

רעדאַקטירן

ווען אבשלום האט רעוואָלטירט דוד'ן, האט יואב בן צרויה געהארגעט אבשלום, און זיין גענעראל עמשא בן יתר כאטש דוד המלך האט אים אנגעזאגט זיי נישט צו הארגענען, דוד המלך האט אים דאס קיינמאל נישט מוחל געווען, און דאס איז געווען איינער פון די סיבות פארוואס ער געהייסן שפעטער פאר זיין זון שלמה המלך אים צו הרגענען.

די מעשה מיט אוריה

רעדאַקטירן

אוריה החתי איז געווען פון יואב'ס גוטע קאמאנדאנטן. נאך דער מעשה מיט אוריה'ס פרוי בת שבע, האט דוד המלך געשיקט א באפעל צו יואב'ן ער זאל שטעלן אוריה אין דער מלחמה קעגן עמון דארט וואו ער וועט ווערן געהרגעט. יואב האט אנדערש געטון און האט געשטעלט אוריה צוזאמען מיט אנדערע פעסטע זעלנער, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: "אֶל-הַמָּקוֹם אֲשֶׁר יָדַע, כִּי אַנְשֵׁי-חַיִל שָׁם".

דער אויפשטאנד פון אדוניהו

רעדאַקטירן

ווען דוד המלך איז געווען אלט און אדוניהו האט געוואלט ירשענען די מלוכה, איז יואב בן צרויה מיט געגיינגען מיט אדוניהו כדי צו אים ממליך זיין.

זיין טויט

רעדאַקטירן

פאר דוד המלך איז געשטארבן האט געלאזט צוואה פאר זיין זון שלמה המלך ער זאל הארגענען יואב בן צרויה, וועגען די טויט פון אבנר בן נר, עמשא בן יתר און זיין זון אבשלום, דוד המלך האט אים נישט געוואלט הארגענען ווייל ער האט געדארפט פאר זיינע מלחמות.

ווען שלמה איז געווארן קעניג, האט ער געלאזט הארגענען יואב בן צרויה דורך בניהו בן יהוידע, און ווען בניהו איז געקומען הרג'ענען יואב'ן האט ער זיך אנגעכאפט אין די קרנות המזבח.