טשאנסערי ליין אונטערגרונט סטאנציע

קאארדינאטן: 51°31′05″N 0°06′40″W / 51.518°N 0.111°W / 51.518; -0.111

טשאַנסערי ליין (Chancery Lane) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין צענטראל לאנדאן, אויף דער צענטראלער ליניע, צווישן סאַנט פאלס און האבארן סטאנציעס. די סטאנציע געפינט זיך ביים ראג הויך האבארן, האטן גארדן און גרייז אין ראד, מיט אריינגאנגען צו דער קאסע אונטערן טראקט. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 1.

טשאַנסערי ליין לאנדאנער אונטערגרונט
בילד

אריינגאנג צו סטאנציע

(למפת גרויסלאנדאן רגילה)

לאקאציע פון טשאַנסערי ליין אין גרויסלאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Chancery Lane
יאר געעפנט: 1900
לאקאציע: האבארן
בארא: קאמדן
פארוואלטער: לאנדאנער אונטערגרונט
ליניעס אדורך דער סטאנציע: צענטראל ליניע
צאל פעראנען: 2
טראוולקארטע זאנע: זאנע 1
צאל פאסאזשירן אין יאר: 16.36 מיליון (2015)

היסטאריע

רעדאַקטירן

די סטאנציע איז געעפנט געווארן דורך דער צענטראלער לאנדאנער באן דעם 30סטן יולי 1900 אויפן צפון זייט פון הויך האבארן; מען איז ארויף און אראפ מיט פיר ליפטן. אין 1933 האט מען געבויט די היינטיגע סטאנציע געביידע מער דרומדיק כדי די פאסאזשירן זאלן קענען גיין אויף עסקאלאטארן.

ווען מען האט אויסגעגראבן די צענטראלע ליניע האט מען געשאפן די טונעלן אונטער די גאסן, כדי צו פארמיידן שאדן צו געביידעס פון וויברירונגען. אזוי ווי הויך האבארן איז צו שמאל, זענען די טונעלן אין דעם טייל איינס איבער דעם צווייטן, ממילא אין דער טשאנסערי ליין סטאנציע איז דער פעראן קיין מזרח איבער דעם פעראן קיין מערב.

טראנספארט לינקען

רעדאַקטירן

לאנדאנער בוס רוטעס 8, 25, 17, 45, 242, 341, 521 און N8 באדינען די סטאנציעס.


רעפערענצן

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טשאנסערי ליין אונטערגרונט סטאנציע
פריערדיקע סטאנציע     לאנדאנער אונטערגרונט   פאלגנדע סטאנציע
קיין עפינג, היינאלט
אדער וואודפארד (דורך היינאלט)
צענטראל ליניע