חנוך לנער איז א בוך אויף דער יודישער שפראך ארויסגעגעבן דורך די רעדאקציע פון מעלות אין יאהר 2013 געדרוקט אין די פאראייניגטע שטאטן.

אין דעם בוך איז צוזאמגענומען די ארטיקלען איבער חינוך אונטערן זעלבן נאמען, וועלכע זענען ערשיינען במשך די יאהרן אין זייער אויסגאבע זינט די גרינדונג.

ווי זיי שרייבן, איז דער קאלום דער פאפולערסטער אין זייער אויסגאבע צוליב זיין נוצליכקייט פאר די ליינער. עס שרייבט קלוגע עצות, הסברים און ביישפילן ווי אזוי זיך צו באגיין מיט קינדער אין אלע יאהר-גענג.

צווישן די בלעטער איז בייגעלייגט אין זייטיגע קעסטלעך פונעם קאלום על פי דרכו, וואס גיבט פראקטישע עצות.

דאס בוך אנטהאלט 350 זייטן און ווערט פארשפרייט דורך הוצאת נר למאור.

דאס בוך באשטייט פון דריי טיילן:

  • דער ערשטער טייל די יסודות פון חינוך, איז צוטיילט אין דריי: אמת, דין און שלום
  • צוייטער טייל: דרך ארץ
  • דריטער טייל: צו גאט און צו לייט

וועב לינקען

רעדאַקטירן