ח
ח' (חית) איז דער אכטער אות פון אלף בית.
ח | ||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
אלף בית | ||||||||||||
א | ב | ג | ד | ה | ו | |||||||
ז | ח | ט | י | כ | ל | |||||||
מ | נ | ס | ע | פ | צ | |||||||
ק | ר | ש | ת | |||||||||
ענדע אותיות | ||||||||||||
|
אין לשון קודש איז ח' איינער פון די פיר אותיות וואס מ'רעדט אויס פונעם האלדז: א', ה', ח' און ע'. אשכנזישע יידן רעדן אויס דעם ח' היינט ווי א כ', אבער ספרדישע יידן האבן נאך די מסורה ארויסרעדן דעם ח' פונעם האלדז, בפרט תימנישע יידן. דער אות ח' נעמט נישט קיין דגש.
ווען א חית איז דער לעצטער אות פון א ווארט
אין יידיש טרעפט מען דעם ח' מערסטנס אין ווערטער פון לשון קודש, און מען רעדט אים אויס גענוי ווי א כ'.
אין גימטריא ח = 8.
פארשטעלונג פון אות ח'
רעדאַקטירןדער אות ח' ווערט פארגעשטעלט דא אין די פאלגנדע פאנטן (פון רעכטס אויף לינקס): פרנק-ריהל, אריאל, דוד, כתב רש"י, כתב סת"ם, האנטשריפט, חיים.
דער קאד 05D7 רעפרעזענטירט ח' אין יוניקאד.
איז די פארשטעלונג פונעם אות ח' אין ברייל.
דער פעניקישער חית זעט אויס אזוי: