זינגען אין דעם פינצטערניש

פילם

זינגען אין דעם פינצטערניש (ענגליש: Singing in the Dark) איז א 1956 שווארץ-און-ווייסער ענגליש־שפראכיגער פילם פון א היסטארישן ווערט וועגן א מלחמה איבערלעבער וואס קומט אן אין די פאראייניגטע שטאטן.

ער איז אויפגעהיטן געווארן דורך די נאציאנאלע צענטער פאר יודיש פילם און געוויזן געווארן אין 2011 ביי פילם פעסטיוואלן אין פלארידע, ניו יארק און ירושלים.

דער חזן משה אוישער איז דער הויפט פיגור אינעם פילם, דאס איז זיין איינציגסטער ענגלישער פילם. אויך איז דאס דער ערשטער פילם אין די פאראייניגטע שטאטן זיך צו באציהען צום חורבן.

דער געדאנק פון דער געשיכטע איז געשאפן דורך משה אוישער.

לעא איז איינער פון דער שארית הפליטה וועלכער געדענקט נישט וואס ס'איז מיט איהם געווען פאר דער קריג. ער קומט קיין אמעריקע און ארבעט שוועהר און העלפט ארויס וועם ער קען.

דורך א צופאל טרינקט ער משקה און נעמט זיך זינגען. יעדער ווערט ערשטוינט ווי שיין ער זינגט און דאס ברענגט איהם זיך צו דערמאנען אז ער איז א חזן א זוהן פון א חזן, און ער קערט זיך צוריק צו חזנות.

  • דזשאואי עדעמס
  • הענרי שארפ
  • משה אוישער
  • פיליס היל

חזנות שטיקלעך אינעם פילם

רעדאַקטירן
  • ולירושלים עירך, משה זינגט דאס פארשטעלט אלס זיין טאטע
  • קידוש לליל שבת