זוכמאשין
א זוכמאַשין איז א דינסט אין דעם פעלד פון קאמפיוטעריי צו זוכן טעקעס און אינפֿארמאציע. בפרט ניצט מען א זוכמאשין צו טרעפֿן אינפארמאציע אויף דער אינטערנעץ, מען ניצט א זוכמאשין אויך צו זוכן א דאטן באהאלטער אויף איין ארט ווי למשל אלע דאטן אויף א געוויסן קאמפיוטער אדער א קאלעקציע פון שאלות ותשובות אדער אנדערע ספרי קודש אויף א סידי אדער אן אנדער סארט איינשפייכלערונג.
די זוכמאשינען אויפן וועלטגעוועב ניצן ראבאטן צו שאפֿן אינדעקסן דורך וועמען מען קען גאנץ גיך אויסטרעפן די רעזולטאטן פון א זוך.
היינט איז גוגל דער מערסט באקאנטער אינטערנעץ זוכמאשין, אויך איז דא יאהו. פון די אלטע זוכמאשינען איז פאראן Lycos וואס איז ערשט דערשינען אום 1994 אין קארנעגי מעלאן אוניווערסיטעט.