וועסט אינדיע קי דל״ב סטאנציע

דאקלאנדס לייכטע באן סטאנציע
קאארדינאטן: 51°30′24″N 0°01′13″W / 51.5067°N 0.0203°W / 51.5067; -0.0203

וועסט אינדיע קי (ענגליש: West India Quay) איז א דאקלאנדס לייכטע באן (דל״ב) סטאנציע אינעם וועסט אינדיע קי טייל פון קאנערי ווארף, אין דער לאנדאנער בארא פון טאר האמלעטס, מזרח לאנדאן. די סטאנציע געפינט זיך ווי די ליניע פון לואישעם צעשיידט זיך אין צווייגן קיין סטראטפארד און קיין באנק/טאער גייטוויי.

וועסט אינדיע קי דאקלאנדס לייכטע באן
בילד
(למפת גרויסלאנדאן רגילה)

לאקאציע פון וועסט אינדיע קי אין גרויסלאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: West India Quay
יאר געעפנט: 1987
לאקאציע: וועסט אינדיע קי
בארא: טאר האמלעטס
פארוואלטער: דאקלאנדס לייכטע באן
צאל פעראנען: 3
טראוולקארטע זאנע: זאנע 2
דל״ב יערלעכע פאסאזשירן
2014 ארויף 1.507 מיליאן
2015 אראפ 1.326 מיליאן

זי איז אין טראוולקארט זאנע 2.

די ווייט פון וועסט אינדיע קי דל״ב סטאנציע צו קאנערי ווארף דל״ב סטאנציע איז נאר 0.124 מייל (199 מעטער) די קלענסטע ווייט צווישן צוויי סטאנציעס אויף דער גאנצער לאנדאנער אונטערגרונט און דאקלאנדס לייכטע באן סיסטעם.

היסטאריע

רעדאַקטירן

וועסט אינדיע קי דל״ב סטאנציע האט געעפנט דעם 21סטן אויגוסט 1987 מיט פיר פעראנען. אין מיי 2009 האט מען געבויט א באנוועג פאר באנען פון באנק קיין לואישעם וואס איז געגאנגען אונטער דעם מזרח-מערב באנוועג צו פארמיידן אפהאלטן; ס׳איז געווען נייטיג פאר דעם אוועקצונעמען איין פעראן פון וועסט אינדיע קי. היינט פארן אלע באנק-לואישעם באנען אויף די נייע שינעס ביז זיבענע אוונט און במילא שטעלן זיך נישט אפ ביי וועסט אינדיע קי. צוריקוועגס פון לואישעם קיין באנק שטעלן זיך די באנען יא.



פריערדיקע סטאנציע     DLR   פאלגנדע סטאנציע
קיין לואישעם
דאקלאנדס לייכטע באן
קיין באנק

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וועסט אינדיע קי דל״ב סטאנציע