בית ישראל ודמשק אליעזר ישיבה
בית ישראל ודמשק אליעזר איז די הויפט און גרעסטע וויזשניצער ישיבה אין בני ברק. די ישיבה שטייט אין הויפט פונעם היינטיגן ראש ישיבה, רבי מנחם ערנסטער, זון פון רבי משה און מרת שבע ברכה, און איידעם פון רבי משה יהושע האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק.
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ. דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען. |
אורשפרינגליכע געשיכטע
רעדאַקטירןפאר דער צווייטער וועלט קריג, איז געווען א ישיבה אין וויזשניץ, וואס איז געלייטעט געווארן דורך דעם רבי'ן, רבי ישראל האגער, וועלכער איז געווען באקאנט אלס דער "אהבת ישראל", און דורך זיין זון רבי מנחם מענדיל האגער, וואס איז שפעטער געווארן ווישאווער רבי, בעל מחבר ספר "שארית מנחם". די ישיבה איז געווען גערעכנט אלס איינע פון די בעסטע ישיבות אין בוקאווינא. דער לימוד אין דער ישיבה פלעגט אריינרעכענען אין זיך ש"ס, און שולחן ערוך חושן משפט ווי די שטייגער פון אלע אנדערע ישיבות אין רומעניע און אונגארן, וואס האבן איינגעגלידערט אונטערריכטן פון הלכה מיט אונטערריכטן פון גמרא. דער אהבת ישראל פלעגט דורכפירן א פארהער אין דער ישיבה, יעדן ערב ראש חודש, און דער שארית מנחם וואס האט געדינט אלס ראש ישיבה, פלעגט פארהערן יעדער ערב שבת. ווען די ערשטע וועלט קריג איז אויסגעבראכן, האט דער אהבת ישראל פארלאזט וויזשניץ און אריבערגעצויגן קיין גרויסווארדיין, דארט וואו ער האט אנגעפירט זיין הויף ביז צו זיין פטירה אום ב' סיון ה'תרצ"ו, און צוליב דער מלחמה האט מען צוגעמאכט די ישיבה.
די ישיבה אין אייראפע
רעדאַקטירןאין תרפ”ג (1923) האט דער אהבת ישראל אויפגעשטעלט די וויזשניצער ישיבה, וואס איז געפירט געווארן דורך זיין דריטן זון רבי אליעזר, אין דער שטאט וויזשניץ אין בוקאווינע.
זיין ברודער דער ווישעווער רב האט געהאט א באזונדערע ישיבה אין אויבער ווישעווע, מארמאראש, ווי אויך זיין ברודער דער סערטער רבי האט געהאט א ישיבה אין סירעט, רומעניע.
ביי דער ענדע פון דער צווייטער וועלט־מלחמה אין 1944 איז דער דמשק אליעזר, רבי אליעזר האגער, ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און ער האט דארט אויפגעשטעלט די וויזשניצער ישיבה פון פריש אין תל אביב, צוזאמען מיט זיין נעפע רבי משה יהושע. די ישיבה האט זיך שפעטער אריבערגעצויגן קיין שיכון וויזשניץ בני ברק וואו זי שטייט ביזן היינטיגען טאג.