וואשקו דא גאמא
וואַשקו דאַ גאַמאַ (פארטוגעזיש: Vasco da Gama [ˈvaʃku ðɐ ˈɣɐmɐ]; בערך 1460 אדער 1469 – 24סטן דעצעמבער 1524), איז געווען א פארטוגעזישער אויספארשער, איינער פון די מערסטע דערפאלגרייכע אין זיינע צייטן און דער קאמאנדאנט פון די ערשטע שיפן וואס זענען געפארן גלייך פון אייראפע אין אינדיע.
![]() | |
געבורט |
1469 פארטוגאל ![]() |
---|---|
טויט |
24 דעצעמבער 1524 (אלט 55 בערך) אינדיע ![]() |
אונטערשריפט |
![]() ![]() |
![]() ![]() |

דא גאמא איז געווען דער ערשטער אייראפעישער וואס האט דערגרייכט אינדיע דורכן ים. צוליב דעם האט פארטוגאל באוויזן אויפצושטעלן א לאנגיעריקע קאלאנישע אימפעריע אין אזיע.
דער מלך פון פארטוגאל, מאנועל דער ערשטער האט געשיקט דא גאמא אין 1497 מיטן ציל צו גרינדן א האנדלוועג דורכן ים פון פארטוגאל אינעם ווייטן מזרח.
יונגע יארן רעדאַקטירן
דא גאמא איז געבוירן געווארן אין א מיוחדיקער משפחה אין סינש, אין דרום פארטוגאל. זיין פאטער איז געווען דער הערשער פון דער שטאט. זיין מוטער איז געווען פון א בריטישער אפשטאמונג.
די ערשטע רייזע רעדאַקטירן
די ערשטע רייזע האט פארלאזט דעם פארט פון ליסבאן דעם 8טן יולי 1497, מיט פיר שיפן.