ווארצלען (אנטאלאגיע)
וואָרצלען איז אן אנטאלאגיע פון פאעזיע און פראזע וועלכע נעמט צוזאם דאס ארגינעלע שאפן אין דער יידישער שפראך אין ארץ ישראל פון די ווערק פין זעכציג שראהבער וועלכע האבן געוואוינט אדער באזיכט אינעם לאנד. מערסטנס פין די אויסגעוועהלטע חומר רעדן טאקע איבער דעם לאנד און שילדערן אירע איבערלעבענישן מיט רייכע פארבן.
דאס בוך איז רעדאקטירט געווארן דורך אריה שמרי און איז ארויסגעגעגעבן דורך פארלאג ישראל-בוך אין תל אביב אין יאר 1966 און אנטהאלט א ס"ה פין 415 זייטן.
ואינהאלט
רעדאַקטירןדער רעדאקטאר ברענגט ארויס אין זיין הקדמה אז "טראָץ דעם צער פון יודיש וואס עס אדורכגעמאכט יעדער יודיש שרייבער אין זיינע שעפערישע ד' אמות באזונדער, האט דאך יודיש אנטפלעקט אין זיך דעם פאזיטיוון, שעפערישן כוח אויפצונעמען יונג און פריש דעם טיפן גרין און באוועהגלעכן ריטעם פין די פעלדער, וועגן ישובים אין אלע טיילן פון לאנד". מיט דעם באציעט ער זיך צים שפראכן קריג, ווען עס איז געווען שווער צו שרייבן אויף מאמע לשון אין ישראל.
דער ערשטער אויסצוג אינעם בוך איז אַן ערציילונג פין שלום אש מיטן נאמען: א טאלאנט צו ארץ ישראל.