דער שפראַכן קריג האָט אויסגעבראָכן אין 1913, ווען די ציונים אין ארץ ישראל האָבן געאַרבעט מעשים צו ווירקן אויף די ייִדישע אייראפעיִשע עמיגראַנטן וואָס האָבן מייסטנס גערעדט ייִדיש, און ייִדיש איז געווען זייער מאַמע לשון, זאָלן אויפהערן זיך ניצן מיט ייִדיש וואָס לויט די ציוניסטן האָט ייִדיש פֿאַרצייכנט זייער אַלטן גלות, און אָנהױבן זיך ניצן נאָר מיט העברעאיש. די פֿאַרלאַנג איז געפֿאַלן זייער שווער אויף די נײַע עמיגראַנטן. אין אָנהױב האָבן זיי ממשיך געווען צו רעדן און שרײַבן ייִדיש, אויך האָבן זיי ממשיך געווען צו שרײַבן ייִדישע ליטעראַטור אאַ"וו, ווײַל ייִדיש איז געווען פֿאַר זיי זייער ווייך און עלאַסטיש אין באַציִוּנג צו העברעיש וואָס איבערהויפט דאַן איז עס געווען אַן הויכע ליטעראַרישע שפראַך.

אליעזר בן יהודה איז געווען פון די הויפט קעמפֿער צו טוישן די ייִדישע שפראַך פון ייִדיש צו העברעאיש.

צוויי אינצידענטן וואָס האָבן אַרויסגערופֿן אַ גרויסע קריגעריי. איינער איז געווען אויפֿשטעלן אַ קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש אינעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דער צווייטער איז געווען, וואָס איז די שפראַך אין דער טעכניאן אין חיפה, וואָס ביז דעמאָלט איז די אָפֿיציעלע שטודירשפראַך געווען דײַטשיש, און דאָס האָבן די העברעיסטן געוואָלט טוישן, צום סוף מיט דערפֿאָלג. אינעם העברעישן אוניווערסיטעט איז הײַנט פֿאַראַן א ייִדיש קאַטעדרע.