הירש בעריאזקין
הירש בעריאָזקין (בעלארוסיש: Рыгор Бярозкін, רוסיש: Григорий Берёзкин; מאָהילעוו, 1918 – מינסק, 1982) איז געווען אַ ייִדישער און אַ ווײַסרוסישער ליטעראַטור-קריטיקער און ליטעראַטור-קענער.
געבורט |
3 יולי 1918 מאָהליב, בעלארוס | |
---|---|---|
טויט |
1 דעצעמבער 1981 (אלט 63) מינסק, סאוועטן פארבאנד | |
פאך | שרייבער, ליטעראַטור-קריטיק, זשורנאליסט | |
לעבנסגעשיכטע
רעדאַקטירןהירש בעריאָזקין האָט זיך געלערנט אויף ליטעראַטור-פאַקולטעט פונעם מינסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. ער האָט אָנגעהויבן פאַרעפנטלעכן קריטישע אַרטיקלען אויף ייִדיש און אויף ווײַסרוסיש אין 1935. צווישן אַנדערס האָט ער פאַרעפנטלעכט קריטישע אַרטיקלען וועגן דער שאַפונג פון די ייִדישע דיכטער עזראָ פינינבערג און הענעך שוועדיק, ווי אויך אַנדערע ייִדישע שריפטשטעלער אויף די שפּאַלטן פון די זשורנאַלן "שטערן" און "אָקטיאַבער". אין 1938 – 1941 האָט הירש בעריאָזקין געאַרבעט אַלס פאַרוואַלטער פונעם קריטיק-אָפּטייל אין דער רעדאַקציע פונעם ווײַסרוסישן זשורנאַל "פּאָלימיא רעוואָליוציִאיִ («Полымя рэвалюцыі») און אין 1939 – 1941 – אויך אין דער ווײַסרוסישער צײַטונג "ליטעראַטוראַ אי מאַסטאַצטוואַ" («Літэратура і мастацтва»). אין 1941 אַפּריל 1941 איז ער אַרעסטירט געוואָרן. דעם 26טן יוני, נאָכן אָנהייב פון דער סאָוועטיש-דײַטשישער מלחמה, בעת דער קאָנוואָי האָט פאַרלאָזט ניט ווײַט פון מינסק די אסירים-קאָלאָנע אין באַשטאַנד פון וועלכער איז געווען הירש בעריאָזקין, איז ער אַנטלאָפן. אינעם תוהו-ובוהו פון דער מלחמה האָט ער זיך מאָביליזירט אין דער רויטער אַרמיי און גלײַך אַוועק אויפן פראָנט. הירש בעריאָזקין האָט אָנטיילגענומען אין שלאַכטן בײַ סטאַלינגראַד, בײַ קיִעוו און אין די קאַרפּאַטן-בערג. נאָך דער מלחמה האָט הירש בעריאָזקין אַ געוויסע צײַט געדינט אין דער סאָוועטישער מיליטערישער אַדמיניסטראַציע אין דײַטשלאַנד און דערנאָך - זיך אומגעקערט קיין מינסק. דעם 9טן אויגוסט 1949, בעת די אַנטי-סעמיטישע רדיפות אינעם ראַטנפאַרבאַנד האָט מען אים אַרעסטירט צום צווייטן מאָל. הירש בעריאָזקין איז פארורטיילט געוואָרן אויף 10 יאָר לאַגערן. אין 1955, נאָך סטאַלינס טויט האָט מען אים באַפרײַט. נאָך דער באַפרײַונג פונעם לאַגער האָט ער זיך פאַרנומען איבערהויפּט מיט דער ווײַסרוסישער ליטעראַטור, אָבער זינט אין מאָסקווע האָט אָנגעהויבן דערשײַנען דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", פלעג הירש בעריאָזקין פאַרפנטלעכן אין אים אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, צווישן אַנדערס - וועגן דער שאַפונג פון משה קולבאַק, עזראָ פינינבערג און מאָטל גרוביאַן.
זײַנע ביכער
רעדאַקטירן- Паэзія праўды, Мінск, 1958
- Аркадий Кулешов, Москва, 1960
- Спадарожніца часу, Мінск, 1961
- Свет Купалы, Москва, 1965
- Пімен Панчанка, Мінск, 1968
- Чалавек на світанку, Мінск, 1970
- Мир Купалы: Мысли и наблюдения, Москва, 1973
- Кніга пра паэзію, Мінск, 1974
- Звёны, Мінск, 1976
- Аркадзь Куляшоў, Мінск, 1978
- דרײַ דיכטער, מאָסקווע, 1981