הירשפרונג
הירשפרונג-קרענק איז א געדערימקרענק וואס קינדער ווערן דערמיט געבוירן אדער אנטוויקלט זיך עס גלייך נאכן געבוירן,
די קרענק באשטייט פון דעם וואס עס פעלן די פינטעלעך (גאנגליען) וואס פארבינדען דעם נערוו פון דעם ספעציפישן פלאץ אויפן דארם מיטן מח וואס דאס ברענגט אז דער מח שיקט נישט קיין סיגנאלען פאר די געדערים אדורכצושטופען די שמוץ (צואה) ביים ארויסגיין און דאס קינדס געדערים ווערט פארשטאפט און קען ווערן אנגעבלאזן ביז עס קען פלאצן און אויב באהאנדעלט מען עס נישט קען עס זיין פאטאל אין טייל פעללער קענען די קישקעס ווערן געשעדיגט אז מען וועט דארפן לייגן א סטאמא ביז עס ווערט אויסגעהיילט
מערסטענס וועט זיך עס מאכען אויף א טייל פון דער גראבער קישקע מער ביי די ענדע וואו די שמוץ גייט שוין כמעט ארויס אבער טייל מאל (ביז 10% פון די פעלער) וועט עס ארייננעמען דעם גאנצן גראבער קישקע און זאבאר טיילן פון דער דינער קישקע
די געדערים קרענק הירשפרונג מאכט ביי 1 פון 5000 קינדער וואס ווערן געבוירן
דער נאמען האט מען געגעבן נאכן דאקטער האראלד הירשפרונג (1830–1916 א קינדער דאקטאר אין קאפענהאגן) וואס האט אויסגעטראפן די קרענק אין יאר 1887.
ביז אנפאנג דעם 20סטן יארהונדערט זענען די מערסטע קינדער מיט דעם קרענק געשטארבן פון אינפעקציעס פון אנגעזאמעלטע שמוץ(צואה) אדער ביי די אומגעלונגענע אפעראציע פרואווען אויסצוליידיגען די געדערים אדער ארויסשניידן פון שטיקער געדערים ווי אויך פון שוואכע ערנערונג
דערקענען די קרענק
רעדאַקטירן- פארשטאפט: ביי 50% ביז 90% פון קינדער געבוירן מיט די קרענק הירשפרונג דערקענען זיך שוין געוויסע סימטאמען גלייך נאכן געבורט דורך אנגעבלאזנע בויך. פיל ברעכן. שוועריגקייטן ביים פיטערן.דורכפאל(שלשול) ביי 90% נייגעבוירענע מיט די קרענק וועט זיך אויפהאלטן דאס מעקאניום מיט אומגעפעהר 24 שטונדען
- חראנאלאגישע פארשטאפונגעו אין שפעטערע עלטער אלס קינד ווען עס שטאפט צו זייגן אדער זאגאר נאך שפעטער. אין די פעללער וועט זיין שווערער צו וויסן וואס דער אורזאך פון דער פארשטאפונג איז וויבאלד עס זאל צו הייסן א נארמאלע ערשיינונג אז קינדער ליידן פון מאל פון פארשטאפונג און דער דאקטאר וועט ווארשיינליך פרעגן די עלטערן אויב עס איז געווען פארשפעטונג פון דער מעקאניום מיט 48 שטונדען נאך דער געבורט. אדער איינס פון די אנדערע אויבנדעמאנטע פראבלעמען
- ענצונדונגען מיט פילע מאל פיבער
צו קלארשטעלען דער קרענק מאכן די דאקטערס בילדער ביי די ענדע פונם דיקן דארם וואו די שמוץ גייט שוין כמעט ארויס און אויב דארט איז אנגעבלזן און פארשטאפט וועט עס שוין זיין א פארדאכט אויף די קרענק הירשפרונג
דערנאך וועלן די חירורגען אראפקראצן מערערע גאר קליינע שטיקלעך פון די געדערים פון פארשידענע ערטער אז מען זאל קענען קלארשטעלן די קרענק אין לאבאראטאריע דארט וועלן זיי קוקן אויב עס איז וואר אז וואס עס פעלן די (גאנגליען) פונטעלעך וואס פארבינדען דעם נערוו מיטן מח און אויך פון וואו ביז וואו עס איז נישט דא די גאנגליען
באהאנדלונג אפעראציע
רעדאַקטירןעס באשטייט דריי וועגן צו אפערירן אבער דער הויפטזאך איז צוברענגען דעם געזונטען טייל פונם דארם צום אנוס (פי הטבעת) אן צו שעדיגן די אנוס מוסקלען (פערשליסערס)
- סווענסאן swenson: מען שניידט אינגאנצען ארויס דעם טייל דארם (אן די גאנגליען) און מען נייט צו דעם געזונטען טייל פונם דארם (וועלכע פארמאגט יא גאנגליען) צום אנוס
- סואווע (soave): מען שלעפט דער אומגעזונטער טייל דורך די געזונטער טייל אזוי וואו אין א ארבעל עס זאל הייסן ווייניגער ריזיקע אבער פארשידענע ווילן זאגן אז מען זאל ווייטער קענען ליידען פון פארשטאפונגען דען דער אומגעזונטער טייל איז נאך פארהאנען (באקליידעט מיט א געזונטער טייל)
- דוהאמעל (Duhamel): מען לייגט א געזונטער טייל ביים ענדע נעבן דעם אנוס (פי הטבעת) און מען לאזט דער אומגעזונטער טייל מער אויבן
אלע 3 וועגן ווערען היינט גענוצט לויט דער פאל און דער מעגליכקיט פון דער סיטואציע
באהאנדלונג נאך דער אפעראציע
רעדאַקטירןנאך דער אפעראציע וועלן די עלטערן דארפן זארגן אז דער צונייונג ביי דער אנוס זאל זיך נישט צופיל פארשמעלערען דאס וועלן זיי טון דורך רעגעלמעסיג אריינשטופן א שטעקן דורך דער אנוס געווענליך וועלן די קראנקען שוועסטער אין שפיטאל אויסלערנען ווי מען טוט עס ווי אויך וועלן זיי געווענליך מיטגעבן די ספעציעלע שטעקן אין פארשידענע מאסן ברייטקייט
דאס קינד וועט דארפן גיין אוף קאנטראלעס א לענגערע צייט צו זען אז ער ברענגט גוט ארויס די שמוץ און צו זעהן אויב עס אנטוויקלען זיך נישט קיינע אינפעקציעס (ווארשינליך פון א נישט גוטער צונייאונג פון ווי די צואה קען אריינדרינגען צו די הוילקייט פון דער בויך) אדער אנדערע קאמפליקאציעס
ווי קערצער די דארמען זענען וועט די שמוץ זיין מער רינעדיג אין א פאל מען פילט לאסט דערפון איז געראטן צו נעמען זאלץ אין קאפסולען אדער עסן געזאלצענע שפייז
טייל קינדער וועלן ליידן פון לאזן שפורן דורך ארויסלאזן לופט מיט גאזן עס איז געראטן זיי רעגעלמעסיג אונטערווישן זיי זאלן נישט פארשעמט ווערן צוליב דעם אומאנגענעמען שמעק ביז זיי וועלן עס אליין טון
און געציילטע פעללער וועלן הירשפרונג געליטענע בלייבן ליידן א גאנץ לעבן פון דורכפאל (שלשול)
אוין אייינצעלנע מאלן וועט נישט זיין קיין אויסוועג און מען וועט דארפן לייגן א סטאמא פאר אייביג.