הילף רעדן:וויקיפעדיע צוגאנג צו הייד פארק

וואס האט וויקיפעדיע אינערליכע הילף מיט הייד פארק? מארגן וועל איך מאכן אן ארטיקל הילף:סאטמאר ווייל איך וועל וועלן אטראקטן אלע סאטמאר שרייבער? האט דאס דען פשט?--אבישי 11:32, 1 אקטאבער 2006 (UTC)

דו זעסט נישט דא קיין הילף? עס העלפט ארויס באנוצער נישט צו ווערן צומישט.--אלזוז 11:34, 1 אקטאבער 2006 (UTC)
אויבן אויף דער פארווארט הילף איז נאר שייך פאר העלפן זיך אומגיין מיט וויקיפעדיע. אלגעמיין אלע הילף בלעטער אויף סאטמאר ניק נעמען ווי ר' אהרן טייטלבוים און ר' יואל טייטלבוים און אזוי ווייטער פאסט זיך נישט קיין הילף:סאטמאר אחוץ אז מען וויל זיי זאלן אהער קומען שרייבן. אז דו האלטסט אז מיט דעם בלאט הילף וועלן אהער קומען הייד פארק שרייבער בין איך מער ווי היציג דאס צו לאזן, איך האלט מען זאל דאס לאזן א שטיק צייט זעהן צו דאס וועט זיך אויסארבייטן.--אבישי 11:37, 1 אקטאבער 2006 (UTC)
איך האלט מען זאל אראפנעמען די בלאט, און אויך אלע אנדערע בלעטער וואס איז נישט קיין ארטיקל (ווי למשל הילף אדער וויקפעדיע פאליסי) וואס רעדט נאר וועגן הייד פארק. די באנוצער קעסטלעך זאל מען יא לאזן, און הגם עס איז ראזאם אז מען זאל דאס לייגען אויף א באנוצער בלאט האלט איך נישט אז מען זאל דאס מאכן פאר א פאליסי. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 03:13, 3 אקטאבער 2006 (UTC)

שמאלץ מיטן גאנצן רעספעקט -און עס קומט זיך דיר רעספעקט- פאר דיין מיינונג, זעה איך נישט מיט וואס דאס זאל זיין אנדערש פון דאס וואס דו פארשטייסט אז אויפן אידישן וויקעפעדיע איז פריוואטקייט הארבער וועגן מען רעדט דא פון חסידישע אידן. הייד פארק איז א זאך וואס איז נוגע גאר אסאך באנוצער. און אין פאקט איז דא גאר א גוטע צוקונפט פאר וויקעפעדיע מיטן אהערברענגן הייד פארק שרייבער. לאמיר זיך נישט נערן, די חסידישע האבן היינט דעם עתיד פון אידיש, ביי די אידישיסטן איז נישט פון די גרינגטסע זאכן צו שרייבן אויף אידיש. (אדרבה קוק אריין אין תפוז אידיש מיט וועלכע שפראך רוב הודעות זענען געשריבן).

אין צוגאב האב איך אינאכן גענומען, אז דער עצם פאליסי האסטו נישט וויאזוי אפצופרעגן, נאר דאס אז מען זאל מאכן א פאליסי וועגן איין ספעציפישע וועבסייט דאס איז עפעס אזא שטיקל געלעכטער אויף וויקעפעדיע. אויף דעם איז מיין ענטפער ווי אויבן געשריבן.

און אויך אז הא גופא אז מען זעט אז מען זוכט צו מאכן הייד פארק ניקס צייגט אויף עפעס. און לאמיך דיר פרעגן א קשיא, ווען דער באַניצער:Jewboy האט ארויפגעלייגט דעם מוסטער:יא הייד פארק ניק אין זיין בלאט, ווען דערנאך האט זיך ארויסגעשטעלט לעין כל אז ער איז נישט דער פון הייד פארק. ער האט דאס דארט אליין מודה געווען אין זיין רעדן בלאט, עיין שם. פארוואס האט ער דאס געטון? פארוואס וויל ער זיך פאררופן אויף א צווייטן? פארוואס????? צייגט דאס נישט אויף עפעס?

יא! עס צייגט אז מערסטנס חסידישע באנוצער זענען צוגעבינדן גאר שטארק צו הייד פארק, זיי באזוכן דארט כמעט יעדן טאג, אפגעזען אין זייער אידעא וועגן חסידישע מחלוקת. און דעריבער איז נישט מער ווי רעכט צו פארשארפן די פאליסיס לגבי דעם גניבת הדעת וואס פלעגט דא פארקומען אין גרויסן. מיר פערזענליך האט דאס זייער געבאדערט!, אויב וועט דא נישט זיין אזא פאליסי און עס וועט ארויפשווימען הייד פארק ניקס יעדן טאג, איז דאס א קלארע צייכן פאר אלע חסידישע הייד פארק באנוצער: מאכט צו די טיר פון די אנדערע זייט! אייערע געפילן זענען נישטיג קעגן די איינגערעדטע וויקעפעדיע כבוד רעדוקציע ווען עס וועט זיין אזא פאליסי.

הער אויס, דא איז דאך דעמאקראטיע, לאמיר הערן וואס אנדערע זאגן. איך נעם אראפ ביזדערווייל דעם געשטעלט צו מעקן - איך האף דו ביסט נישט ברוגז. און זאל זיך קאצקער, רוני און אנדערע נישט סיסאפן אנרופן ביטע. אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז דער עולם האלט ווי דיר, איז דאס גאר א שטארקע קלאפ פאר מיר, אבער קיין ברירה וועל איך נישט האבן.--אלזוז 12:59, 3 אקטאבער 2006 (UTC)

ווי איך האב שוין געזאגט קלאר, איך האלט אז שמאלץ האלט נישט חלילה אויסמעקן דעם ארטיקלן אינגאנצען עס איז זיכער יש דברים בגוי, פון נישט טשפענען קיין הייד פארק שרייבער, קיינער לאזט זיך נישט פאפן אז אין הייד פארק זיצן אלע רעפורטער און שריפט שטעלער פון די היינטיגע יידישע (חסידישע) מידיע. און דאס אז שמאלץ זאגט אז ער האט נישט גארינטש מיט הייד פארק איז לכוארה א ליגענט (צוליב דעם האלט ער אן זיין מאדנע פירונג דא, ווען ער קען נאר, צו ערקלערן, אז ער וואונט אין לעיקוואד, ווארשיינליך צו באהאלטן און אנטלויפן פון זיין הייד פארק חסידישקייט,) אבער פון דאס מאכן אן אפיציעלע פאליסי ווייל מיר ווילן זיי חנפענען איז ארויסגעווארפן די כוח, ווייל פראפיאנאלע שרייבער וועלן קיינמאל נישט אהער קומן באארבעטעטן זיי ווילן זעהן א סוף צו אזא מידיע וואס מ'שרייבט בחינם אן באצאלט דאס האט נישט גארנישט מיטן אידישען אדער היברו און אלע שפראכן זענען די פראפעסיאנאלע שרייבער קעגן וויקיפעדיע. אבער קענסט דאס לאזן אלס חניפה צו ווייזן אז דער כלל איז גערעכט און זיי וועלן קיינמאל אהער קומען. איצט זאל מען חלילה דאס נישט מאכן פאר פאליסי ווייל מיר קענען נישט ארויפצווינגן דערויסענדיג וועב סייטס אויף אונזערע באנוצער, אבער מעקן זאל מען דאס נישט ביז א חודש צוויי ווען יעדער וועט איינזעהן אז אלזוז'ס ארבייט איז א שאד די צייט--אבישי 13:10, 3 אקטאבער 2006 (UTC)
און דאס אז מען געט זיך נעמען דא אויפן וויקיפעדיע נאך זיי, איז א נארמאלער ערשיינונג ביי אלע וויקיפעדיעס אז מען שעצט א שרייבער און מען וויל אים נאכמאכן געט מען זיך א נאמען נאך אים, שטעל דיך פאר אז ביי די ענלישער וויקיפעדיע געט מען זיך א נאמען נאך א באקאנטן שרייבער, ווי נאך טאם פרידמאן פון ניו יארק טיימס וועט איינעם איינפאלן צו מאכן אינערליכע וויקיפעדיע:פאליסיס לגבי דעם ניו יארק טיימס? זיכער נישט! מיט שעצן די הייד פארק שרייבער אבער מיר ווילן זיך בשום אופן נישט לאזן מאכן תקנות צוליב זיי.--אבישי 13:14, 3 אקטאבער 2006 (UTC)


אוקעי, דו האסט מיר נישט צופיל געענטפערט אויף מיינע פראגעס, און ווי איך זעה האסטו אויך א שטיקל שנאה צו הייד פארק שרייבער - וגם אני בתוכם. דעריבער וויל איך הערן פון אנדערע זייער דעה.--אלזוז 13:41, 3 אקטאבער 2006 (UTC)

וואס פונטקליך איז דיר נישט קלאר, דאס אז איך האב א שנאה צו דיר, ווייסטו דאך זייער גוט, און איך קען נישט דא זאגן ווייל דאס איז מיר אויך א טשעפע, און דאס פארוואס מען זאל דאס נישט מאכן א פאליסי גלייב איך איז אויך זייער קלאר ארויסגעברענגט סא שפיל נישט תמוואטעטע. אז דו פארשטייסט נישט א פרט וועל איך דיר נאכאמאל מסביר זיין אבער זאג נישט אז מען ענטפערט דיר נישט--אבישי 13:58, 3 אקטאבער 2006 (UTC)
ערטענס אנטשולדיג איך מיר אויב כ'וועל נישט אדרעסירן אלע פראגעס, כ'האלט פשוט נאך פאר פרישטאג, ממילא איז מיין קאף נישט אזוי אינגאנצן אויפן פלאץ. דאס וואס אבישי זאגט וועגן מיין פרובירן באהאלטן איז נישט אמת, כ'בין א חסיד און כ'האב דאס קיינמאל נישט פרובירט באהאלטן. און אויך בין איך איינער וואס פאלט נאר אמאל אמאל אריין אויף הייד פארק. כ'מיין אז אלזוז האט ארויפגעברענגט א ריכטיגע זאך, אז אויב איינער רופט זיך אויף א באקאנטע הייד פארק ניק, דאן כאטש זאל ער נישט מעגן ארויפלייגען אז דאס איז דער פון הייד פארק אויב עס איז ליגענט, און אפשר דאס מעג זיין א פאליסי, הגם איך בין נישט בעצם מסכים צו מאכן אפילו איין פאליסי וואס האט צו טאן מיט דרויסענדיגע וועב זייטלעך. כ'קען אבער פארשטיין פארוואס דא זאל זיין אן אויסנאם. אבער נישט אינגאנצן ווי אלזוז וויל, נאר אויב איז דאס ליגענט. אויך בין איך נישט מסכים אז אויב איינער לייגט א צוויטענס ניק פון היידפארק זאל דאס ווערן גערעכנט ווי ווי מען פארשלייערט זיך אונטער א צווייטנס אידענטיפיקאציע, וואס דאן מעג מען מגלה זיין אלע זיינע פארשלייערונגען אין וואס ער פארשלייערט זיך, און אפילו זיינע אנדערע באנוצער נעמען -אויב ער האט- וואס זענען נישט עובר אויף דעם. מען זאל נאר ארויפברענגן אז ער מוז דאס טוישן און מודיע זיין אז דאס איז נישט ער. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 16:33, 3 אקטאבער 2006 (UTC)

דאס איז נישט אפיציעלע פאליסי

רעדאַקטירן

איך בין נישט מסכים דאס זאל ווערן אפיציעלע פאליסי מיר מאכן נישט קיין פאליסיס לגבי פרעמעדע וועב סייטס.--אבישי 21:38, 1 אקטאבער 2006 (UTC)

דו רעדסט שטותים! די פאליסי פון נייעס יא און אנדערע נישט? אויב מעקסטו ווייל דעם וועל איך מעקן די פאליסי וואס דו האסט געמאכט לגבי הייד פארק נייעס.--אלזוז 01:24, 3 אקטאבער 2006 (UTC)
איך ווייס נישט פון וואס דו רעדטסט, איך האב נישט געמאכט קיין שום פאליסי לגבי הייד פארק נייעס. אבער אויב זעסטו א פאליסי וואס האט נישט מיט וויקיפעדיע און עס שטייט דא מעק.--אבישי 02:23, 3 אקטאבער 2006 (UTC)
צוריק צו "וויקיפעדיע צוגאנג צו הייד פארק" בלאט.