היברו פאבלישינג
היברו פאבלישינג איז געוועזן איינס פון די צוויי גרעסטע פאבלישער'ס אין דער אמעריקאנער אידישער גאס, אינאיינעם מיט זייער קאנקורענט מ. פ. פרעסס אינק.
אבער אינ'אמת'ן איז זייער שטארקייט געגאנגען פול ארויס פון די אמעריקאנער גרעניצן, ווי עס איז באקאנט איז די פלאטעס פון דעם באקאנט'ן און מערסט פארשפרייטן און כמעט איינציגן ש"ס פאר העכער הונדערט יאר דער ווילנא ש"ס פראדוצירט געווארן דורך היברו פאבלישינג, עס איז נאר באשטעלט געווארן דורך דפוס ראם און ווילנא, ליטא, וואס פאר אן אמת'ן האבן דאס ליידער די דייטשן ימ"ש צולאזט און גענוצט די בליי דערפון פאר זייע מונציאן צו פארטיליגן די אידן