דפוס ראם
די אלמנה און די ברידער ראם האבן געהאט א דרוקעריי און פארלאג אין ווילנע. אין די יארן פון ת"ר - תר"מ געווען פון די העכסטע טעכניק און די מערסטע פארגעשריטן סיי טעכנאלאגיש, און סיי און קוואליטעט פון צושטעלן ספרי קודש פארן כלל ישראל, אזוי ווייט אז זייער אפיציעלע דריטע ווערסיע פון דעם ווילנער ש"ס איז באנוצט געווארן כמעט אזוי ווי אן קיין קאנקורענט פאר העכער הונדערט יאר פון ווען עס איז פארטיג געווארן אין שנת תר"מ און איז געבליבן אלס די ענדגילטיגע צורת הדף פונעם תלמוד.
אויך האבן זיי געדרוקט דעם גאר פאפולערן משניות יכין ובועז און ווי אויך דער ספר התניא וואס מען קאפירט נאך היינט פון זייער דרוק.
אין יאר תרס"ה האט מען דארט געדרוקט דעם ספר שו"ת יריעות שלמה מיטן פירוש בני ישראל פארפאסט דורך די איינקלעך פונעם מחבר.