האראלד וואוד באן סטאנציע

באן סטאנציע אין לאנדאן
קאארדינאטן: 51°35′34″N 0°14′03″E / 51.5928°N 0.2343°E / 51.5928; 0.2343

האראלד וואוד (ענגליש: Harold Wood) איז א באן סטאנציע אויף דער גרויסאיסטערן הויפטליניע וואס באדינט די שטאָט האראלד וואוד, אין דער לאנדאנער בארא פון העווערינג, מזרח לאנדאן. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 6.

האראלד וואוד באן סטאנציע קרייצבאן
בילד

סטאנציע געביידע

(למפת גרויסלאנדאן רגילה)
 
האראלד וואוד באן סטאנציע
האראלד וואוד באן סטאנציע

לאקאציע פון האראלד וואוד באן סטאנציע אין גרויסלאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Harold Wood
יאר געעפנט: 1868
לאקאציע: האראלד וואוד
בארא: העווערינג
פארוואלטער: TfL באן
צאל פעראנען: 4
טראוולקארטע זאנע: זאנע 6
נאציאנאלע באן יערלעכע פאסאזשירן
2013-14 ארויף 2.918 מיליאן
2014-15 ארויף 3.140 מיליאן
2015-16 אראפ 2.930 מיליאן

די סטאנציע ווערט באדינט בעיקר דורך דער שענפילד - ליווערפול סטריט מעטרא באן. זונטיק שטעלן זיך אפ טייל באנען פון אבעליא גרויס-אנגליא קיין סאטענד וויקטאריע. פון 2019 וועט די סטאנציע ווערן באדינט דורך קרייצבאן, מיט פארבינדונגען צו סטאנציעס אין צענטראל לאנדאן, ווי אויך רעדינג און היטרוי ערפארט.

היסטאריע

רעדאַקטירן

האראלד וואוד באן סטאנציע האט געעפנט דעם 1טן דעצעמבער 1868 דורך דער גרויס-איסטערן אייזנבאן אויף זייער הויפט ליניע פון בישאפסגייט קיין מזרח ענגלאנד.

צוקונפטיקע אנטוויקלונג

רעדאַקטירן

פון מיי 2017 וועט די ליניע ניצן קלאס 345 צוגן מיט 9 וואגאנען, וואס זענען לאנג 200 מעטער.

באדינונג

רעדאַקטירן

אין די נישט שפיץ־שעה׳ן פארן פון דער סטאנציע 6 באנען א שעה קיין ליווערפול סטריט און 6 באנען קיין שענפילד. זונטיק פארן אויך צוויי באנען א שעה פון אבעליא גרויס-אנגליא קיין ליווערפון סטריט און קיין סאטענד וויקטאריע.

פריערדיקע סטאנציע       קרייצבאן   פאלגנדע סטאנציע
קיין שענפילד
עליזאבעט ליניע
שענפילד מעטרא
  פון 2018  
פריערדיקע סטאנציע       קרייצבאן   פאלגנדע סטאנציע
קיין שענפילד
עליזאבעט ליניע

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: האראלד וואוד באן סטאנציע