ריכטער סקאלע
די ריכטער סקאלע גיט א נומער וואס מעסט די שטארקייט פון אן ערדציטערניש.
די ריכטער סקאלע איז געווארן אנטוויקלט אין 1935 דורכן געאלאג טשארלס ריכטער (Charles Francis Richter) אין קאלאבאראציע מיט בענא גוטנבערג (Beno Gutenberg), ביידע פונעם קאליפארניע אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע ("קאלטעק").
די ריכטער סקאלע ווייזט די שטארקייט פון ערדציטערנישן אויף א לאגריטמישער סקאלע (צו באזע 10), דאס הייסט אן ערדציטערניש מיט א מאס 7 אויף דער ריכטער סקאלע איז 10 מאל אזוי שטארק ווי אן ערדציטערניש מיט מאס 6. דעריבער ניצט מען א לאגריטמישע סקאלע ווייל די שטערקסטע ערדציטערניש וואס מ'האט אמאל געמאסטן (9.5 אויף דער ריכטער סקאלע) איז 1,600,000,000 אזוי גרויס ווי די שוואכסטע ערדציטערניש וואס מ'קען מעסטן. דער נומער אויף דער ריכטער סקאלע מעסט פארהעלטענישמעסיג די ענערגיע באפרייט אין דעם מיטלפונקט פון אן ערדציטערניש.
דער יסוד פון מעסטן איז א באוועגונג 100 ק"מ פונעם מיטלפונקט פון דער ערדציטערניש. א גרייס פון 1.0 אויף דער ריכטער סקאלע איז א באוועגונג פון א הונדערטל פון א מיקראן. א גרייס פון 2.0 איז א באוועגונג פון א צענטל פון א מיקראן. א גרייס פון 3.0 איז א באוועגונג פון א מיקראן א.א.וו. די מאס פון ענערגיע באפרייט צווישן צוויי נומערן אויף דער ריכטער סקאלע איז דרייציג מאל אזוי ווי די פריערדיגן.
די גרעסטע שטארקייט וואס מ'האט אמאל געמאסטן איז געווען א סעריע פון ערדציטערנישן מיט גרייס 9.5 אין טשילע אין 1960.
די פאלגנדע טאבעלע ווייזט די שטארקייטן פו ערדציטערנישן לויט דער ריכטער סקאלע:
שילדערונג | ראנג אין דער ריכטער סקאלע | עפעקטן פון דער ערדציטערניש | דורכשניט צאל פאסירונגען אין א יאר |
---|---|---|---|
פיצעלע (micro) | ווייניגער ווי 2.0 | אן ערדציטערניש וואס מ'קען נישט שפירן | מיליאנען |
זייער קליין (very minor) | 2.0-2.9 | מ'קען מעסטן מיט אינסטרומענן | הונדערטער טויזנטער |
קליין (minor) | 3.0-3.9 | ווערט געשפירט, אבער נישט גורם קיין שאדן | בערך 49,000 |
לייכט (light) | 4.0-4.9 | זאכן אין שטוב ציטערן, קולות פון קלאפעניש, רוב מאל נישט קיין דייטיקער שאדן | בערך 6,200 |
מיטל (moderate) | 5.0-5.9 | מעגלעך צו שאפן שטארקן שאדן צו געביידעס וואס זענען געבויט שוואך. לייכטער שאדן צו געביידעס גוט געבויט אבער מענטשן ווערן פארוואונדעט | 800 |
שטארק (strong) | 6.0-6.9 |
קען שאפן שאדן ביז א ווייט פון 150 ק"מ פונעם עפיצענטער |
120 |
מעכטיק (major) | 7.0-7.9 | קען שאפן שווערע שאדן אפילו הונדערטער ק"מ ווייט פונעם עפיצענטער | 18 |
ריזיק (great) | 8.0 און העכער | שאפן שווערע שאדן 500 ק"מ ווייט פונעם עפיצענטער | 1 |