האגווארץ

פיקטיווע שולע
דער האָגוואָרץ שלאָס רעפּליקע ביי "דער כישוף-וועלט פֿון האַרי פּאָטער"

האָגוואָרץ שול פֿון כישוף-מאַכערייַ און צויבערייַ (ענגליש: Hogwarts School of Witchcraft and Wizardry) איז אַ פיקטיווע שולע אין דער "האַרי פּאָטער" סעריע פֿון דזשיי.קיי. ראָלינג. זי איז אַ כישוף שולע פֿאַר מכשפים און מכשפות פֿון עלף יאר אלט ביז זיבעצן, וואס וואוינען אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך אדער אין דער רעפובליק פֿון אירלאנד.

האָגוואָרץ הייזעררעדאַקטירן

גריפֿינדאָררעדאַקטירן

גריפֿינדאָר (Gryffindor; אין די יידישע אויסגאבע: גאָלדנגריף) הויז איז געגרינדעט געווארן דורך גאדריק גראנד גריפֿינדאָר, נאך וועמען עס הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער גריף, און זיינע קאלירן זענען סקארלעט און געל/גאלד געל. כמעט-קיין-קאפ-ניק איז דאס הויז געשפּענסט. די גריפֿינדאָר מיטגלידער קאָנקורירן מיט סליטערין אין שטענדיק.

ליסטע פֿון באַקאַנטע גריפֿינדאָר (גאָלדנגריף) סטודענטן:

האַפֿלפּאַףרעדאַקטירן

האַפֿלפּאַף (Hufflepuff) הויז איז געגרינדעט געווארן דורך העלגא האַפֿלפּאַף, נאך וועמען עס הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער וויזלטיר, און זיינע קאלירן זענען שווארץ און געל. דער דיקער פֿרײַאַר איז דאס הויז געשפּענסט.

רייוונקלאָרעדאַקטירן

רייוונקלאָ (Ravenclaw; אין די יידישע אויסגאבע: ראָבנקרעל) הויז איז געגרינדעט געווארן דורך ראָנאַ רייוונקלאָ, נאך וועמען עס הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער אָדלער, און זיינע קאלירן זענען בלוי און בראנדז. די גרויע פרוי איז דאס הויז געשפּענסט.

ליסטע פֿון באַקאַנטע רייוונקלאָ (ראָבנקרעל) סטודענטן:

  • ראָנאַ רייוונקלאָ
  • העלענע רייוונקלאָ
  • גילדרוי לאָקהאַרט
  • טשאָ טשענג
  • לונאַ לאַווגוד
  • יוריק דער מאָדנער
  • מירטל
  • אָליוואַנדער
  • פּאַדמע פּאַטיל
  • טערי בוט
  • מייקל קאָרנער
  • קווירינוס קווירל

סליטעריןרעדאַקטירן

סליטערין (Slytherin; אין די יידישע אויסגאבע: סאַמדערין) הויז איז געגרינדעט געווארן דורך סאַלאַזאַר סליטערין, נאך וועמען עס הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער שלאנג, און זיינע קאלירן זענען גרין און זילבער. דער בלוטיקער באַראָן איז דאס הויז געשפּענסט.

ליסטע פֿון באַקאַנטע סליטערין (סאַמדערין) סטודענטן:

  • די בלאַק משפחה (א חוץ סיריוס בלאַק און נימפֿאַדאָראַ טאָנקס)
  • ווינסענט קראַב
  • גרעגאָרי גויל
  • בעלאַטריקס לעסטריינדזש - דראַקאָ'ס טאנטע
  • דראַקאָ מאַלפֿוי
  • לוציוס מאַלפֿוי - דראַקאָ'ס פאטער
  • נאַרקיסאַ מאַלפֿוי - דראַקאָ'ס מוטער
  • פּענסי פּאַרקינסאָן
  • טאָם רידל / וואָלדעמאָרט
  • האָראַס סלאַגהאָרן - שולדירעקטאָר פֿון סליטערין (בוך 7)
  • סעווערוס סנייפּ - שולדירעקטאָר פֿון סליטערין (בוך 1 - בוך 6)
  • אנדראמעדא טאָנקס - דראַקאָ'ס טאנטע
  • מיליסענט בולסטראָד
  • דאָלאָרעס אַמברידזש

האָגוואָרץ עקספּרעסרעדאַקטירן

 
דער לאָקאָמאָטיוו פֿונעם האָגוואָרץ עקספּרעס אין די פילמען

דער האָגוואָרץ עקספּרעס איז די באן וואס פֿירט די האָגוואָרץ סטודענטן אין דער שולע.

די באן פארט ארויס יעדע יאר דעם 1טן סעפטעמבער 11 ביינאכט. איר ארויפשטייג־סטאנציע איז קינגס קראס, בייַ פּעראָן ¾9 (נייַן און דריי פֿערטל). די באן קומט אן צו האָגסמיד סטאנציע, פֿון וועלכער די סטודענטן גיין צו דער שלאָס אין וואגאנען געשלעפט דורך טעסטראָלן. ערשטיאָרלערס קומען אין דער שלאָס אריבער דער שווארצער אזערע אין שיפלעך מיטן הילף פון האַגריד.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: האגווארץ