דער בעל תשובה איז א דין יודיש ביכל פון יצחק באשעוויס זינגער, ערשינען צוערשט אין 1974.

יוסף שאַפּיראָ איז אויפגעוואקסן אין א חסידישן שטוב, איבערגעלעבט די קריג און זיך מסדר געווען אין די פאראייניגטע שטאטן מיט זײַן געליעבטע פון פאר דער מלחמה. ער איז מצליח, ער ווערט א גביר, אבער ער האט נישט קײַן אינערלעכע צופריעדנקייט.

נאכן דורכפאל, ווען זײַן פילגש וואס פּרעסט כסדר ארויס געלט פון אים קריגט זיך מיט זיין טאכטער, אנטלויפט ער, און ווען ער קומט אהיים אינמיטן דער נאכט, זעהט ער ווי א פראפעסאר שלייכט זיך ארויס פון דארט, לאזט ער אלעס איבער ער און ווערט א פרומער בעל תשובה.


  • פּראָלאָג
  • ערשטער טאג
  • צווייטער טאג

עס לויפט אויף א פאָרעם, אז דער שרײַבער דערציילט ווי ער האט געטראפן אן ארטאדאקסישער יוד מיט דער גאנצער טראַגע בײַם כותל, און יענער קומט צו אים אין האטעל און דערציילט אים זײַנע איבערלעבנישן.

באשעוויס שילדערט בעיקר אינעם בוך די געדאנקען און דורכגאנגען פון יוסף, וואס כאטש ער גלייבט נישט ציט עס איים דאך צום חרדישן לעבנסשטייגער. אזוי אויך ווערט ער א וועגעטאנער.

דאס בוך איז למעשה ווי א דיאלאג און וויכוח צווישן א רעליגיעזער און פרייער.

דרוקסאגראפיע

רעדאַקטירן

וועב לינקען

רעדאַקטירן