דעיוו דעוויס

אמעריקאנער אקטיאר

דעיוו דעוויס (Dave Davis) (געבוירן 1989) איז אַן אמעריקאנער עקראן אַקטיאָר, פון לאס אנדזשעלעס.

דעיוו דעוויס
קיין פריי בילד
געבורט 1989 (אלט 35 בערך)
פרינסטאן, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער איז געבוירן אין פרינסטאן ניו דזשערסי, אין אַ ייִדישע משפּחה, און אויפגעוואקסן אין ניו אָרלעאַנס. ער האט גראַדטואירט אין 2007, און באקומען א בעטשלער דעגרי אויף פיין-אַרט אין טעאַטער, פון טולעין אוניווערסיטעט אין 2011, און ביים ענדיגן זיין לערע האט ער געשפילט אינעם פילם 'דאָס איז אונדזער יוגנט', פונעם פילם דירעקטאר - קעניט לאָנערגאַן.

דייוויס האט שוין אנגעהויבן זיין קאַריערע אלץ קינד, שפילנדיג פינף יאר אין א רייהע, אינעם 'ניו אָרלעאַנס שייקספּיר פעסטיוואַל', ביז'ן גרייכן צו שפילן זיין אויסרימטע ראלע אינעם האמלעט שפיל אין יאר 2012. שפּעטער האט ער באַשלאָסן צו שפילן אויף פילם, ווי ער האט געשפילט אויף א רייהע ארגינעלע פילמען פאר MTV און Syfy קאנאל, אַרייַנגערעכנט גאויסט שאַרק, רעד קלאווער, אָזאַרק שאַרקס, און נאך אנדערע. אויך האט ער אנטייל גענומען אין די פילמען; "טרו דעטעקטיוו", "די וואקינג דעט", "די ביג שארט", "לאָגאַן" און נאך. אין יאר 2015 האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין לאס אנדזשעלעס, אוואו ער ארבעט אלץ אקטיאר פאר אסאך פילמען.

ער האט געוואונען דעם 'ספעשל דזשורי פרייז' אינעם נאשוויל פילם פעסטיוואל אווארד, פאר'ן שפילן אינעם פילם "באָמב סיטי".

דייוויס איז אַ מיטגליד פון א קאָמעדיע גרופע, וואס געבן ארויס קורץ פילמען און מוזיק ווידיאוס.

פילמאגראפיע רעדאַקטירן

וועבלינקען רעדאַקטירן