די טראגעדיע פון האמלעט, פרינץ פון דענמארק (The Tragedy of Hamlet, Prince of Denmark) איז א פארשטעלונג געשריבן דורך וויליאם שייקספיר צווישן ה'שנ"ט צו ה'שס"א, און ערשט געשפילט פאר ח' אב ה'שס"ב - אום דעם זעלבן טאג מעלדן די דעמאלטיקן אקטן דאס די פארשטעלונג איז געצייגט געווען פריער. די שטוק באזירט אויף עלטערע קוועלער; דאס לעבן פון אמלעט (Vita Amlethi), וואס איז זייר ענליך צום שוישפיל, איז א טייל פון סקסא גראמטיקאס' געשיכטע פון דענמארק (Gesta Danorum) צונויפגעשטעלט ארום ד'תתק"ס. א סך מומחים שאצען איין דאס שייקספיר האט אנאנדערע שוישפיל נוי אדאפטירט. פראפעסאר גארי טיילאר גלויבטע דאס אין דעם מחבר'ס לעבענסצייט, האמלעט האט געווען די פערטע פון זיינער פארשטעלונגען אין פּאָפּולאַריטעט, און היינט איז זי, נעבן ראמעא און יוליא, פילייכט זיינער באקאנטעסטע ווערק.[1]

א ווערבונג פיר האמלעט אין יידיש, ה'תרס"א.

משה זייפערט האט געשאפן די פריסטע יידישע איבערזעצונג פון דעם שוישפיל אין ה'תרנ"ג, און זיינער ווערסיע איז ערשט אויפגעפירט געווען ביי "טאליא טעאטער", ניו יארק, אום י"ד כסלו ה'תרנ"ד. באריס טאמאשעווסקי שפילט האמלעט.[2]

די געשיכטע דערציילט פון האמלעט, זון פון דעם געשטארבנעם דענישער קעניג. זיין פאטער'ס רוח קומט צו אים און אנטפלעקט דאס דער איצטיקער קעניג, האמלעט'ס פעטער קלאודיוס, האט אים פארסאמט. ער פאדערט נקמה. האמלעט אנטשיידעט שטעלן זיך ווי א משוגענער אום פארדאכט צו פארמיידן. די גאנצע צייט איז ער אומזיכער צי ער איז נישט טאקע וואנזיניג. קלאודיוס' געהיימראט, פאלאניוס, שיקט צוויי פון דער פרינץ'ס חברים, ראזענקראנץ און גילדענשטערן, צו אין אלץ שפיונען, אבער האמלעט טרויעט זי נישט. דער געהיימראט'ס טאכטער, אפליע, פארליבט זיך מיט האמלעט, אבער ער שיקט זי אוועק. אום צו באשטעטיקן קלאודיוס' שולד, פירט ער אויף א פארשטעלונג אין פאלאץ, וואס צייגט א קעניג געמארדעט פונקטליך ווי זיין פאטער. קלאודיוס קאן דאס נישט פארטראגן און לויפט ארויס. האמלעט'ס מוטער גערטראד, די איז איצט מיט קלאודיוס געהייראטעט, רופט אים פיר א געשפרעך. פאלאניוס אונטערהערט די ביידע הינטער א וואנט טעפעך. האמלעט הערט אים, גלויבט דאס ער איז קלאודיוס און שטעכט די טעפעך. פאלאניוס איז טויט. דער קעניג, דער האט מורא, שיקט האמלעט אינץ גלות קיין ענגלאנד און בעטעט דער ענגלישער קעניג אין צו הינריכטען, אבער דער פרינץ פינדעט די בריוו און ענדערט עס. שפעטער קומט ער צוריק נאך דענמארק, ווי ער ענדעקט דאס אפליע איז געשטארבען, וואהרשיינליך דורך זעלבסטמארד. פאלאניוס' זון, לאערטעס, וויל זיין פאטער רעכן און רופט האמלעט קיין צווייקאמף אין דעם פאלאץ. קלאודיוס גיבט לאערטעס א פארגיפטעטע שווערד, און גרייטעט פארסאמטע וויין פיר דער פרינץ אלץ ער וועט זיגען. די ביידע קעמפפער זינד טויטליך פארווונדעט, אבער לארטעס פארגעבט האמלעט און דערציילט דער קעניג'ס פארשווערונג. גערטראד טרינקט די וויין און שטארבט. מיט זיין לעצטע אטעם, האמלעט הרגעט קלאודיוס און בעשטימט פארטינבראס, קרונפרינץ פון נארוועגיע דער פיהרט קריג קעגן דענמארק, אלץ זיין נאכגייער.

זייר באקאנט איז די רעדע פון האמלעט (דער נוסח איבערזעצט דורך אלכסנדר הארקאווי):[3]

"זיין אדער ניט זיין - דאס איז די פראגע!

צי איז איידעלער פאר דעם געמיט צו ליידן

די שטעך און די פיילען פון דעם בייזן מזל

אדער ארויסגיין מיט גבר קעגן א ים פון צרות

און מאכן פון זיי אן ענד? שטארבן - שלאפן

ווייטער גארנישט!"

אין ה'תרנ"ט שרייבט איזידאר זאלאטארעווסקי אן אדאפטאציע פון דער פארשטעלונג, דער ישיבה בחור (אדער, דער יודישער האמלעט), וואס איז געצייגט געווען אויף דער בינע דער "ווינדזאר טעאטער", אויך אין ניו יארק, אם כ"ג שבט דאס זעלבע יאר. אין דער ישיבה בחור האנדלט עס פון אביגדור, דער זון איינעם געשטארבענן רבי'ס, וואס אנדטעקט א בריוו פון זיין פאטער, די דערציילט דאס זיין שריט ברודער און נאכגייער האט גייענצט מיט אביגדור'ס מוטער. אם ענדע, נאך א לאנגע געראנגעל צווישן דער זון און דער נייער רבי, שטארבט אביגדור.[4]

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. Taylor, Gary (2002). Shakespeare plays on Renaissance Stages. In Wells, Stanley; Stanton, Sarah. The Cambridge Companion to Shakespeare on Stage. Cambridge: Cambridge University Press. זייט 18.
  2. Leonard Prager. Yiddish Culture in Britain: A Guide. P. Lang, 1990. זייטה 721.
  3. בריגיטע דאלינגער. רצנזיון פון Shakespeare on the American Yiddish Stage. (דייטש). זיהט אויך דא.
  4. Joel Berkowitz. Shakespeare on the American Yiddish Stage. University of Iowa Press, 2005. זייטה 92-94.

וועבלינקען

רעדאַקטירן