די אוהאַמאַס, ראמאן פון דרום-אפריקע איז א ראמאן איבער די זולוס פין דרום אפריקע געשריבן אויף יודיש דארך פייוול זיגעלבוים און ערשינען אין מדינת ישראל אין יאהר ה'תשל"א דורך דער י.ל. פרץ פארלאג.

דאס ביך אנטהאלט אכט קאפיטלען אין א ס"ה פון 230 זאהטן. עס אנטהאלט אַן הקדמה פין פראפֿעסאר דב סדן און צייכענונגען פינעם מחבר'ס טאכטער אבידע. אויך פארמאהגט עס א בילד פינעם פֿארפּאַסער מיט שלום שווארצבארד און אן עלטערער זולו אין זולולאנד.

דאס ביך באניצט זיך מיט פיל זולישע ווערטער און דערציילט איבער אסאך טראדיציאנעלע זולו מנהגים און אבערגלויבן'ס.

ס'איז א זעלטענער ביך אויף יודיש, וואו מעהרסטנס ערציילונגען באציהען זעך איבער די אור-אלטע צאַטן פון די אבות אין אזיע, דאס לעהבן פין די יודן אין אייראפע אדער שפעהטער אין אמעריקע. אן ארגינעלער בוך וועלכע שילדערט דעם פּרימיטיהוון אפריקאנעם לעהבנס שטייגער, איז דאכט זעך נישטא קאַן סאַך.

געשטאלטן

רעדאַקטירן
  • בענעט
  • סאַקאַבולא
  • אַניקי
  • די מומע מאָלי
  • זאן חבר, ריקי
  • קליינער דזשעימס, וועלכער שפיהלט אין בענעט'ס גאסן-קאפעליע
  • טאם גלעלי, דעהר פאבריק-רייניגער וועלכער וויל בענעט פאר זאן איידעם

די ערציילונג דרייט זעך ארים דעם לעבן פון דער פאמיליע אוהאמא פון די שווארצע זולו-שבט אין דער צייט פון אפארטהייד. דער העלד איז א יונגערמאן מאַסיליבו-אוסינדילע וואס איז דער איינציגער וואס בלייבט איבער פין זיין גאנצער משפחה וועלכע ווערט געטראפן פון א בליץ. ער ווערט אדאפטירט דורך זיין פעטער און מומע אין שטאָט און רופט זעך בענעט.

בענעט פארליבט זיך אין א דערפעריש מיידל, מיטן נאמען סאַקאַבולא, ביי א באזוך אויף א חתונה, כאטש עהר זעלבסט איז שוין א שטאהטישער און אפי' געהאט א לערערין פון מוזיק וואס איז געוועהן פארליעבט אין אים.

עס ווערט אויך דערמאנט אין ביך צוויי יודן מר. בעקער א קראָם סוחר ביי וועמען בענעט'ס פעטער און שפעטער ער זעלבסט ארבעט, און א שיך אגענט פון יאהאנעסבורג וועלכער קומט צום קראם און שמועסט מיט בענעטן אים אויסלערנענדיג די לידער און קולטור פון די שווארצע אין אמעריקע.

וועב לינקען

רעדאַקטירן