דוד לעלאווער

(אַריבערגעפֿירט פון דוד בידערמאן)

רבי דוד (בהרה"ח ר' שלמה) לעלאווער (ה'תק"ו - ז' שבט ה'תקע"ד) איז געווען דער גרינדער פונעם לעלאווער חסידות.

רבי דוד לעלאווער
מצבה אויף זיין קבר
מצבה אויף זיין קבר
געבורט 1746
ה'תק"ו רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 28 יאנואר 1814 (אלט 68 בערך)
ז' שבט ה'תקע"ד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט לעלאוו
טעטיקייט ארט פוילן
זיינע רביס רבי אלימלך פון ליזשענסק, רבי יעקב יצחק הורוויץ פון לובלין, דער קאזשניצער מגיד
בת זוג חנה
צאצאים רבי משה, רבי נחמיה, רבי אביגדור
1טער לעלאווער רבי
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

רבי דוד איז געווען א תלמיד מובהק פונעם רבי ר' אלימלך פון ליזשענסק, און נאכדעם פון דעם חוזה פון לובלין. אין זיינע יונגע יארן האט ער זיך נוהג געווען מיט שווערע תעניתים וסיגופים. ער האט מקרב געווען א סך מענטשן צו תורה וחסידות, און ער איז געווען באוואוסט מיט זיין אהבת ישראל, אלעמאל מלמד זכות געווען אויף אידן. אלע צדיקי הדור האבן אים שטארק מחשיב געווען. דער הייליגער צאנזער רב האט זיך אויסגעדרוקט אויף רבי דוד'ל מיט גרויס הערצה און חשיבות, און ער האט געזאגט אז "ללוב" – מיינט ל"ו ל"ב, מיינענדיג אז ער האט א ריכטיגע הארץ פאר דעם אויבערשטן, און פאר יודנ'ס וועגן. דער תפארת שלמה (רמזי פורים) ברענגט אז רבי דוד'ל לעלובער האט זיך אויסגעדריקט מיט ווייטאג, "ווי קענט איר זאגן אז איך בין א צדיק הדור, אויב איך פיל נאך א גרעסערע ליבשאפט צו מיינע קינדער ווי צו אנדערע אידן...".

ווען די צוויי הייליגע ברידער דער רבי ר' זושא און דער רבי ר' אלימלך זכותם יגן עלינו זענען ארומגעגאנגען גלות ליידן, זענען זיי געוואויר געווארן פון דעם יונגל דוד'ל. זענען זיי געגאנגען אין דעם דארף ביאלא נעבען לעלאוו, וואו זיינע עלטערן האבן געוואוינט. אנקומענדיג אין הויז האבן זיי נישט געטראפן דארט קיינעם אויסער דאס קינד דוד'ל און האבן אים געפרעגט וואו איז דיין פאטער? האט ער געענפערט ער איז געגאנגען אין שטאט אריין. און וואו איז דיין מוטער? האט ער געענפערט זי דארף שוין אנקומען. ווען די מוטער איז אנגעקומען אהיים, האבן זיי איר געפרעגט, זאגט אונז די התנהגות פון אייער מאן ווי אזוי ער פירט זיך אויף אין אלגעמיין וואס צוליב דעם האט איר זוכה געווען צו אזא הייליג קינד?

האט זי געענפערט, איך זע נישט ביי אים עפעס ספעציעלס, נאר איין זאך וואס איך טו בייוואוינען, יעדן שבת נאכמיטאג ביי שלש סעודות ווען ער זינגט דעם זמר "בבואו מאדום" און ווען ער קומט אן צו דעם חרוז "ויזכו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות" וויינט ער בדמעות שליש און קלאפּט זיך דעם קאפּ אין דער וואנט, און בעט השי"ת אז ער זאל זוכה זיין צו א לייטיש קינד, אן ערליכער איד, ער וויינט אזוי שטארק ביז ער פאלט אינגאנצן חלשות אז מען מוז אים דערמונטערן.[1]

ווען זיי האבן דאס געהערט האבן זיי זיך אנגערופן, יעצט פארשטייען מיר שוין טאקע פארוואס זיי האבן זוכה געווען צו אזא קינד...

דער הייליגער לעלאווער פלעגט אפּרעכטן אסאך התבודדות אין פעלדער און וועלדער, און האט זיך געדרייט צווישן דעם המון עם אריינלייכטענדיג א קדושה און דערהויבנקייט אין פּשוט'ע אידן. ער האט שטענדיג מקרב געווען אויך די נידריגסטע אידן, און איז טאקע וואויל באקאנט אלס א געוואלדיגער אוהב ישראל. מען דערציילט אז ער האט געהאט א קלייט אין די יונגע יארן, אבער עס איז קוים געווען אפן עטליכע שעה אין טאג, אויס זארג אז דער עולם וועט קויפן דוקא ביים אים, און אנדערע וועלן אזוי ארום דערלייגן פרנסה.

ער האט רחמנות געהאט אויך אויף גא-ט'ס באשעפענישן, און ביים יריד האט מען אים נישט איינמאהל געטראפן ווי ער טרונקט אן די פערד וועמענס אייגענטימער האבן זיי פארנאכלעסיגט זייענדיג פארנומען מיט די געשעפטן.

טראץ דעם וואס ער איז געווען א מבהיל'דיגער גאון, האט ער זיך פון גרויס עניוות אויס גאר שטארק באהאלטן, אז אפילו זיינע נאענטע האבן נישט געוואוסט דערפון. ער האט מקרב געווען צו אידישקייט גאר אסאך אידן. פון זיינע באקאנסטע תלמידים איז דער רבי דער גרויסער דאקטער, רבי חיים דוד בערנהארד, שפּעטער באקאנט אלס רבי חיים דוד פון פיעטרקאוו, וועמען ר' דוד'ל האט מחזיר בתשובה געווען.

ער איז נפטר געווארן ז' שבט תקע"ד.

ער האט איבערגעלאזט דריי זין: רבי משה זיין ממלא מקום, רבי נחמיה און רבי אביגדור. דורשי רשומות האבן געזאגט אז זיינע קינדער זענען נוטריקן "אמן".

מרגלא בפי הרה"ק רבי יחיא' פון ביאלא זי"ע: עס איז ביי אונז מקובל פון אונזערע עלטערן, אז ווען רבי דוד'ל איז ארויף אין הימל, האט מען אים צוגעשטעלט אלס אוהב ישראל צום בית דין של מעלה, כדי ער זאל ממליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער, ולסתום פיות מסטינים ומקטריגים.

וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. וינשטוק, בנציון משה “קודש הלולים” פרק א’