דאנטע אליגערי
דאַנטע אַליגיערי (איטאליעניש: Dante Alighieri; 1265 - 14טן סעפטעמבער 1321) איז געווען אן איטאליענישער דיכטער פון פירענצע אין דעם מיטל אלטער. זיין הויפט ווערק, די קאמעדיע, ווערט גערעכנט די גרעסטע ליטערארישער ווערק אויף איטאליעניש און א מייסטער־ווערק אין וועלטס ליטעראטור.
דאנטע איז געווען פון די ערשטע צו שרייבן אין דער לאנדשפראך (אזוי ווי דזשעפרי טשאסער און דזיאוואני באקאטשא) קעגן דעם סטאנדארט פון ארויסגעבן ביכער נאר אויף לאטיין.