גדליה שארר

(אַריבערגעפֿירט פון גדליה שור)

הרב גדליה הלוי שאָרר (תר"ע, 1910 - ז תמוז תשל"ט, 2טן יולי 1979 ) איז געווען דער ראש ישיבה פון תורה ודעת אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

גדליה שארר
קיין פריי בילד
געבורט 27 נאוועמבער 1910 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 7 יולי 1979 (אלט 68) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט תורה ודעת רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין איסטריק, נישט ווייט פון פשעמישל, גאליציע, אין א משפחה פון סאדיגורער חסידים. זײַן זיידע, נאָך וועמען ער הייסט, איז געווען רבי גדליה שור פון אסטריק. ס׳איז אנגענומען אין דער משפחה אז זיי זענען אייניקלעך פון רבי גדליה פון ליניץ, א תלמיד פונעם מעזריטשער מגיד. אין זײַן יוגנט האָט זײן משפּחה עמיגרירט קיין ניו־יאָרק. ער איז געווען פון די ערשטע בחורים אין ישיבת תורה ודעת. נאך זיין חתונה איז ער געגאנגען לערנען אין דער קלעצקער ישיבה וואו ער האט א שטיק צייט געלערנט ביי רבי אהרן קאטלער און געווארן זיינס א תלמיד מובהק .

נאָכן צוריקקערן קיין אַמעריקע איז ער באַשטימט געוואָרן א מגיד שיעור אין תורה ודעת. צענדליגע יארן האט ער געדינט אלס ראש ישיבה. ער האט אויך געדינט אלס ראש ישיבה אין בית מדרש עליון. אונטער זיין השפּעה האָבן עטלעכע פון די בחורים פון די ישיבות באקומען א חסידישע השפּעה, ספעציעל הרב משה וואָלפסאָן .

ער איז געווען איינער פון די פירער פונעם חרדישן ציבור אין די פאראייניגטע שטאטן, א פירער פון אגודת הרבנים, א פירער פון אגודת ישראל אין די פאראייניגטע שטאטן, און אן אקטיוויסט פאר חינוך עצמאי.

ער איז נפטר געווארן אין תשל״ט, אין מיטן פון א שבע ברכות סעודה פון א תלמיד, עטלעכע מינוט נאָך פאַרענדיקן זיין דרשה לכבוד דעם חתן. זיין אָרון האָט מען אריבערגעפירט קיין ארץ ישראל און ער איז באַגראָבן געוואָרן אין הר הזיתים אין ירושלים .

נאך זיין פטירה איז ארויס א סעריע ספרים "אור גדליה" - אויף תורה, מסכתות פון ש"ס, ווי אויך מוסר שמועסן, וואס מ׳האט צאמגעשטעלט פון זיינע שיעורים און שמועסן אין דער ישיבה.

ער האט געהאט פיר זין און פיר טעכטער. זיינע זין זענען:

  • הרב יצחק מאיר שארר (נפטר תשפ"ב 2021[1]), דער בכור, רב פון דער קהילה 'יוצאי תורה ודעת' און מחבר פונעם ספר "מגדל אור" (ביאגראפיע פון הרב גדליה שארר)
  • הרב רפאל שארר, רב פונעם בית המדרש "תפארת גדליהו" און מחבר פון די ספרים "משנת הלוי" על הש"ס
  • הרב ישראל שמחה שארר, ראש ישיבה פון אור שמח אין די פאראייניגטע שטאטן און הויפט רעדאקטאר פונעם שאטנשטיין ש״ס;
  • הרב אברהם שארר, רב פון בית המדרש ״נזר גדליהו״ און מחבר פון די ספרים ״אורות אמונה״ און ״הרחב דבר״

איינער פון זיינע איידעמעס איז הרב משה זילבערבערג, אייניקל פונעם רב פונעם פיטסבורגער רב, רבי אברהם בנימין זילבערבערג, און מחבר פון די ספרים "זכרון צבי מאיר" און א געוועזענער מגיד שיעור אין ישיבת בית מדרש עליון.

הרב צבי מאיר זילבערבערג איז זיין אייניקל. זיין אייניקל רבי חיים יהושע שארר איז אן איידעם ביים גערער רבי׳ן, רבי יעקב אריה אלטער.

זיינע ספרים

רעדאַקטירן
  • סדרת אור גדליהו על התורה, הש"ס, שיחות מוסר

וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן