גבריאל האזע דע לאַ קאנקארדיאַ גארסיאַ מאַרקעס (שפּאַניש: Gabriel José de la Concordia García Márquez; געב' דעם 6טן מערץ 1927) איז א קאלאמבישער ראמאניסט, סצענאר שרייבער און זשורנאליסט. אין 1982 האט מען אים באלוינט מיטן נאבעל פריז פאר ליטעראטור.

גבריאל גארסיא מארקעס
Gabriel García Márquez
געבורט 6 מערץ 1927
קאלאמביע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 17 אפריל 2014 (אלט 87)
מעקסיקא שטאט, מעקסיקא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה קאלאמביע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
גבריאל גארסיא מארקעס, 2002

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

גבריאל גארסיא מארקעס איז געבוירן געווארן דעם 6טן מערץ 1927 אין דער שטאט אראקאטאקא, קאלאמביע, צו זיין פאטער גבריאל עליגיא גארסיא און זיין מוטער לואיזא סאנטיאגא מארקעס. קורץ נאך זיין געבורט איז זיין פאטער געווארן אן אפטייקער. אין יאנואר 1929, האבן זיך זיינע עלטערן געצויגן אין סוקרע, און גארסיא מארקעס איז געבליבן אין אראקאטאקא, וואו זיינע זיידע־באבע (פון דער מאמעס זייט) האבן אים געהאדעוועט.

ער האט אנגעהויבן ארבעטן ווי א זשורנאליסט ביי דער קאלאמבישער צייטונג El Espectador, און שפעטער האט ער געארבעט ווי דער דרויסנדיקער קארעספאנדענט פון דער צייטונג אין רוים, פאריז, בארצעלאנע, קאראקאס און ניו יארק.