פעטער פאל רובענס (האלענדיש: Pieter Paul Rubens, [ˈpitər 'pʌul 'rybə(n)s] ;‏28סטן יוני 1577 - 30סטן מיי 1640) איז געווען א פלעמישער מאלער. ער האט געהאט א גרויסן סטודיא אין אנטווערפן. ער איז אויך געווען א דיפלאמאט.

פעטער פאל רובענס
Peter Paul Rubens
געבורט 28 יוני 1577 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 30 מאי 1640 (אלט 62)
אנטווערפן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

רובענס איז געבוירן געווארן אין זיגן, דייטשלאנד צו זיין פאטער יאן רובענס און זיין מוטער מאריא פיפעלינקס. זיין פאטער איז געווען א קאלוויניסט, און די עלטערן זענען אנטלאפן פון אנטווערפן קיין קעלן אין 1568 נאך די רדיפות פון די פראטעסטאנטן ביי דער הערשאפט פונעם הערצאג פון אלבא איבער די שפאנישע נידערלאנדן. זיי האבן זיך געצויגן קיין זיגן אין 1570 און פעטער פאל איז געבוירן אין 1577. א יאר שפעטער אין 1578 זענען זיי זיך צוריקגעצויגן קיין קעלן. אין 1587 איז זיין פאטער געשטארבן, און אין 1589 איז זיין מוטער מיט אים צוריקגעצויגן קיין אנטווערפן.

אין 1629-1628 איז רובענס געווען אין מאדריד, וואו ער האט געמאלט עטלעכע בילדער, פאר פיליפ דער פערטער און אנדערע חשובע פאטראנען. אין מאדריד האט ער געחבר'ט מיטן הויף־מאלער דיעגא וועלאזקעז.



 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פעטער פאל רובענס