ברוך מרדכי אזרחי
רבי ברוך מרדכי אזרחי ( ט"ו אדר ב' ה'תרפ"ט , 27סטן מערץ 1929 – י"א חשוון תשפ"ד, 26סטן אקטאבער 2023) איז געווען ראש ישיבה פון עטרת ישראל אין מודיעין עילית, דער עלצטער מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה, און א מיטגליד אין דער פרעזידענטשאפט פון וועד הישיבות און מפעל הש"ס.
געבורט |
27 מערץ 1929 פתח תקוה, בריטישער מאנדאט |
---|---|
טויט |
26 אקטאבער 2023 (אלט 94) ירושלים, ישראל |
מדינה | ישראל |
לערנארט | חברונער ישיבה |
באלאנג | ליטוואקעס |
בת זוג | שולמית אזרחי |
צאצאים | בן ציון אזרחי, טובה יונה ווילענסקי, אפרת קנל, שרה רחל גלזמן, לאה ווינער |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן אין ביקור חולים שפיטאל אין ירושלים צו רבי ישראל אזרחי און הינדא, די טאכטער פון הרב ברוך שלאם, א תלמיד פון דער סלאבאדקער ישיבה "כנסת ישראל" וואס האט געדינט אלס רב אין דרום אפריקע און איז געווען אן אייניקל פון הרב אורי דוד אפריון, רב פון זאגער און מחבר פון ספר "אפריון דוד" . ער האט געלערנט אין דער חברונער ישיבה. אין עלטער פון זיבן און צוואנציג יאר האט ער חתונה געהאט מיט שולמית חדש, טאכטער פונעם משגיח רבי מאיר חדש. הרב אזרחי האט אנגעהויבן זאגן א שיעור אין חברון, און אין דער זעלבער צייט, בערך צוועלף יאר, האט ער געגעבן וועכנטלעכע שיעורים אין ישיבת כנסת חזקיהו אין כפר חסידים .
ער איז נפטר געווארן י״א מרחשון תשפ״ד (26סטן אקטאבער 2023), אין עלטער פון 94 יאָר.