בעקיטשע

חסידישער מלבוש פאר שבת און יום-טוב

א בעקישע איז א בכבוד'יגער אויבערראק, וואס חסידים טראגן היינט צוטאגס אום שבת און אום יום טוב, און אויך ביי שמחות.

האדמו"ר מחוסט (במרכז) מיט האדמו"ר מפיטסבורג (מימין) מיט בעקישע פרחונית. האדמו"ר מפיטסבורג טראגען "סטראקעס בעקישע" – בעקישע מיט פסי קטיפה

ריכטיג הייסט עס א בעקישע, אדער קאפאטע. ס'דא וואס רופן עס קאפטען, און עס שטאמט פון אן אמאליגער פוילישער אריסטאקראטישע טראגע.

אנדערש ווי א געווענליכע רעקל, זענען די טאשן מער צום רוקן - ביי די זייטן, און די עפענונג איז ווערטיקאל, און היבש טיף.

עס זענען פארהאן דערפון עטליכע סארטן בעקישעס.

  • א זיידענע בעקישע, וואס איז אין שווארצן קאליר. דאס איז גלאט און גליטשיק, אן קיין 'דעזיינס'. [היינט קויפט מען געווענליך נישט די עכט זיידענע סארט, נאר פון פאליעסטער].
  • א געבלומטע בעקישע, וואס איז געווענליך לייכטער - א שטייגער ווי א כאלעטל. און מ'רופט עס א טיש-בעקיטשע, ווייל מ'נוצט עס געווענליך ביים עסן. דאס קומט מיט פארשידענע סטיל און מוסטערן, און צומאל מיט א ספעציעלע גארטל - פונעם זעלבן שטאף - ארויפגענייעט.
  • סטראקעס בעקישע, דאס איז געאייגענט פאר רבישע פאמיליעס. עס איז געווענליך בלויז שווארץ, און דאס איז פארמאכט ביים הארץ ביז'ן האלדז, און ביים זוים פונעם האלדז ארום - ביז אראפ, אויך ביי די הענט זוימען - איז באדעקט מיט 'סאמעט'. און ס'ווערט נישט פארמאכט מיט קנעפלעך, נאר מיט קליינע העקעלעך.