דער בעגין שאסיי, אויך שאסיי נומער 50, איז א געגנטליכער שאסיי אין ירושלים, וואס לויפט פון צפון אויף דרום.

בגין שאסיי


דער שאסיי איז גערופן אויפן נאמען פון פרעמיער מיניסטער מנחם בעגין. ער איז געבויט געווארן אין די 1990ער יארן, געעפנט פארן פארקער 1998, און איז פארלענגערט געווארן אין 2002. די לענג איז עטוואס מער פון צוועלף קילאמעטער. ער הייבט אָן אין דרום ביי גילה געגנט, נעבן מלחה קאמערץ צענטער, און טעדי סטאדיאן. ער פארט אריבער קרית יובל, גבעת מרדכי, וואו ער האט אן איבערבייט מיט שאסיי 16, קרית משה, וואו ער פֿארט אונטער דעם אריינגאנג צו דער שטאט. אויף צפון פארבינדט זיך ער מיט גאלדע מאיר שאסיי, און יגאל ידין שאסיי, וואס פירט קיין רמות און רמת שלמה. פון דארט פארבינדט זיך צום עטרות אינדוסטריעלן געגנט, ווי דער נומער פון דער שאסיי טוישט זיך צו 45, וואו זי פארבינדט זיך צו שאסיי נומער 443.

די ווערט פון די געגנטן לעבן דער שאסיי איז געפאלן, און די שטאט האט באצאלט אנטשעדיקונג פאר די מענטשן 35 מיליאן שקל.