דער ספר בית יוסף איז א פירוש אויף מסכת ברכות נתחבר געווארן דורך רבי אברהם דירנפעלד מגיד און רב פון חברה ש"ס אין פאפא.

עס איז א ליקוט פון קורצע און טרעפליכע ערקלערונגען אויף דער תלמוד בבלי, צוזאמגענומען פון מאנוסקריפטן און זעלטענע ספרי ראשונים און אחרונים.

עס איז א איינפאכער קיצור פון זיין ספר בית ישראל, וועלכע באשטייט פון לענגערע פלפולים, מיט הוספות.

ער האט הסכמות פון רבי שאול בראך, פאפער רב, גאלאנטער רב און סערדעהעלי רב.

ער האט אויך ארויסגעגעבן א פירוש מיטן זעלבן נאמען אויף מסכת ביצה וועלכע איז שוין איבערגעדרוקט געווארן כאטש זעקס מאל.

דרוקסאגראפיע

רעדאַקטירן
  • מישקאלץ תרצ"ח
  • ניו יארק תשכ"ו (קפא בלעטער)