ביאמאלעקול
א ביאמאלעקול איז א מאלעקול וואס פאסירט נאטירלעך אין לעבעדיגע ארגאניזמען.[1] ביאמאלעקולן באשטיין בעיקר פֿון קוילנשטאף און הידראגען, מיט שטיקשטאף (אַזאָט), אקסיגען, פאספאר און שוועבל. אמאל זענען אנדערע עלעמענטן איינגעגלידערט אבער זעלטן.
קלארמאכונג
רעדאַקטירןאלע באוואוסטע פֿארעמען פֿון לעבן זענען צוזאמענגעשטעלט נאר פֿון ביאמאלעקולן. למשל, מענטשן האבן הויט און האר. דער הויפט באשטאנדטייל פֿון האר איז קעראטין[2], א צוזאמענשטעל פֿון פראטעינען וואס זענען אליין פאלימערן געבויט פֿון אמינאזייערסן. אמינאזייערסן זענען פֿון די וויכטיגסטע בויענטיילן באניצט אין נאטור אויסצובויען גרעסערע מאלעקולן. נאך א סארט בויענטייל זענען די נוקלעאטידן, יעדער איינער מיט דריי ביישטאנדן: אדער א פורין אדער פירימידין באזע, א פענטאז צוקער און א פֿאָספֿאַט גרופע.[3] די דאזיגע נוקלעאטידן פֿארמירן בעיקר די נוקלעאישע זייערסן.
טיפן ביאמאלעקולן
רעדאַקטירןרעפערנצן
רעדאַקטירן- ↑ אקספֿארד ווערטערבוך פֿון ביאכעמיע און מאלעקולארישע ביאלאגיע Oxford Dictionary of Biochemistry and Molecular Biology, Oxford University Press, 2006, p. 76.
- ↑ Dermatology, Otto Braun-Falco, Gerd Plewig, H. H. Wolff, W. H. Burgdorf, 2000, p. 1100.
- ↑ Henderson’s Dictionary of Biology, Eleanor Lawrence, 2005, p. 443