If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער


זאג ארויס דיין מיינונג ביי די וואלן

רעדאַקטירן

יעצט שטייט דאס 4 קעגן 4, מען דארף א פינפטער כדי צו פארשליסן די וואלן זעה דא ►רוני◄ 18:44, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

יעצט זעה איך אז עס איז שוין געוועזן אן ארטיקל אויף מענדעלע

רעדאַקטירן

מענדעלע מוכר ספרים ►רוני◄ 13:08, 20 מאַרץ 2006 (UTC) וואסארא קעפל איז דארטן געווען אנדערשט ווי די איצטיגע, און די געשיכטע פארציילט אז דו האסט איר גאר אנגעשריבן צום ערשט ווי קענסטו דאס פארגעסן? אויך מ'דארף אריבער לייגן דעם בילד.--קרעכמער 13:19, 20 מאַרץ 2006 (UTC)

ייש"כ אויף דען קרעדיט און אויף דיין הערליכע ארבייט

רעדאַקטירן

חזק ואמץ ►רוני◄ 22:56, 26 מאַרץ 2006 (UTC)

וואס האט די בילד מיט ר' יואליש ז"ל צוטאן מיט די נייעס?

רעדאַקטירן

כ'זעה האסט ארויס געלייגט א בילד פון סאטמאר רבי ר' יואל ז"ל נעבן די נייעס פון די קנאים, ווי איך פארשטיי איז סאטמאר נישט לויבאוויטש, און אין סאטמאר האט מען קיינמאל נישט סימבאליזירט די חסידות אדער קנאות מיט א בילד פון רבין, חוץ פון דעם גלייב איך שווער אז ער וואלט געלאזט רודף'ען אן אנדער ערליך איד אויף אזא אופן נאר ווייל ער איז נישט אזא קנאי. דערפאר וויל איך פארשטיין וואס דער בילד זיכט מיט די נייעס? --שמאלץ 13:54, 16 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

לדעתי איז סאטמאר רב דער מהות און סימבאל אויף וואס ר' משה מנחם טירנוער און די אלע אנדערע קנאים פייטן, פון אים טראכטן זיי ווען זיי פראטעסטירן און ווען זיי שרייבן פאשקעווילן, און איצט אויב דו האלטסט אז סאיז דא אן אנדער סימבאל וואס טרייבט זיי לייג עס ארויף. (איי סאטמאר רב וואלט אפשר נישט געהאלטן פון דעם? למעשה זענען אלע זיינע חסידים בדעה אחת אז ר' משה מנחם איז נישט קיין נטורי קרתא און נישט בני יואל און גארנישט מער עקסטרעם ווי רוב סאטמאר, סא ווייס איך נישט פון ווי דו נעמסט דאס אז סאטמאר רב וואלט דאס נישט צוגעלאזט)--קרעכמער 13:59, 16 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער
דאס צו סאטמאר רב וואלט דאס צוגעלאזט אדער נישט איז נאר א זייטיגע זאך וואס כ'האב אריינגעמישט, די עיקר נקודה דא איז אז אפילו דאס איז געבויעט אויף די שטה פון סאטמאר רב, און רוב סאטמאר אידען האלטען אז סאטמאר רב וואלט יא אזוי געטאן, איז אבער סאטמאר נישט די וואס פאררופען זיך אויף די בילד פון רבי יואליש ז"ל, מען קען נישט טרעפן די בילד אין קיין שום סאטמאר פלאץ אלץ א סימבאל אדער די גלייכענס, און אנדערע ווערטער א בילד וואס מען לייגט פאר א שטיקל נייעס, איז לדעתי ווייל די בילד גייט סינאנימוס מיט די נייעס, וואס דא איז נישט אזוי.
לגבי פון ווי איך נעם אז סאטמאר רבי ר' יואל ז"ל וואלט נישט געטאן אזוי, איז ווייל עס זענען דא גענוג און נאך מעשהס ווי ער האט זיך געטראפן מיט אגוד'סטישע רבנים. --שמאלץ 14:08, 16 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

אויסגעשפארט

רעדאַקטירן

אויסגעשפארט אויף איין טאג וועגן 3RR דא, און וועגן פאליסי דא.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 14:35, 28 פעברואר 2007 (UTC)