If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער

--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 22:03, 10 סעפטעמבער 2006 (UTC)

ביטע נישט מבזה זיין באבע יוטל'ס אייניקלעך

רעדאַקטירן
  געערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלע זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן דאס צו פארבעסערן. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פֿארבאטן. אזוי למשל די רעדאקטירונג וואס איר האט אדורכגעפירט. מ'האט צוריקגעדרייט צום פריערדיקן מצב דעם בלאט וואס איר האט רעדאקטירט, ממילא איז קיין שאדן נישט געבליבן. אבער טאמער האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע.


  • ווען איר ווילט מאכן א רעדאקטירונג פראבע, קענט איר מאכן דאס אין דעם זאמדקאסטן.
  • אויב איר האט געזוכט אן ארטיקל און אים נישט געטראפן, מ'קען איבערלאזן א בקשה אז עמעצער זאל אים שרייבן אין װיקיפּעדיע:בעטן ארטיקלען.
  • אויב פילט איר אז אייערע ענדערונגען זענען נישט אין כלל פון וואנדאליזם, ביטע ערקלערט אייער מיינונג אויף דעם שמועס בלאט פונעם ארטיקל.
    אפילו משה גבאי און אייזיק לעפקאוויטש זענען טאקע אייניקלעך פון באבע יוטל האף איך אז דאס איז נישט קיין נארמאלקייט צו פארשמען די משפחה. ווייל אויב אזוי קען מאכן עקסטערע קאטעגאריעס פאר אלע אייניקלעך פון ישמח משה וואס רייסן זיך ארום און מאכן אן נישט קיין קלענערע חילול ה'.--Jewboy 23:43, 11 סעפטעמבער 2006 (UTC)