Shad Veyosiv
דאס איז א באניצער בלאט פֿון דער ײדיש־וויקיפעדיע. דאס איז נישט קיין ענציקלאפעדיע בלאט. טאמער טרעפֿט איר דעם בלאט אויף א וועבארט וואס איז נישט וויקיפדיע, קוקט איר אויף א שפיגל וועבזייטל. זייט געוואויר אז דער בלאט איז גאנץ מעגלעך פארעלטערט, און אז דער באניצער צו וועמען געהערט דער בלאט האט נישט קיין פערזענלעכע שייכות מיט אנדערע וועבזייטלעך אחוץ איין וויקיפדיע. דער אריגינעלער בלאט געפינט זיך ביי http://yi.wikipedia.org/wiki/באַניצער:Shad Veyosiv. |
באניצער שפראך קעסטלעך | |||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
| |||||||||
איך בין אַ איד ווי אַלע אידן.
איך האַלט פעסט באַ דער מיינונג, אַז אידיש געהערט צו די וואָס בײַ זיי איז עס דער מאַמע־לשון, די אַלע יאַטשעבעדאַמס וואָס האָבן זיך ערשט אייערנעכטן גערעדט זייער ערשטן וואָרט אויף זייער צוקאַליעטשעטן אידיש, האָבן במחילה גאָרניט אונז אויסצולערנען.
פונדעסטוועגן, איז ניט קיין מצוה אַז אין דעם אידישן אויסלייג און גראַמאַטיק זאָל הערשן אַ תהו־ובהו. עפּעס וואָס כללים מוזן זײַן, ניט פון „ריכטיקײַט” וועגן, נאָר פון סטיליסטיק און שיינהײַט וועגן.
אַזוי ווי איך בין אַ ליטוואַק (ניט קיין מתנגד חלילה, נאָר איך שטאַם פון ליטע), דעריבער שרײַב איך אויף מײַן ליטווישן אידיש. כל־זמן אַז עפּעס איז געשריבן שיין און לייענבאַר, אַרט מיך ניט ווען עס זאָל זײַן אויף וועלכן ניט איז דיאַלעקט (זאָל זײַן אפילו ייִוואָ), נאָר זײַט זשע אַזוי גוט, שרײַבט אויף אַן איינהײַטליכן אופן.
ווי עס איז אָנגענומען אין דער פרומער וועלט, אַמאָל שרײַבט מען די נקודות קמץ/פתח יע צו, און אַמאָל ניט. איך האַלט אַז דאָ איז בילכער אַז מען זאָל זיי יע צייכענען.