אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ווערבאַ-וועצלער באַריכט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט '{{חורבן אייראפע}} די '''ווערבאַ-וועצלער באַריכט''' אדער 'די אוישוויץ פראטאקאל', איז דאס ערשטע אראפגעשריבענע עדות, וואס איז געהערט געווארן אום אפריל 1944, פון די מויל פון צוויי אוישוויץ אנטלאפענע סלאוואקישע יודען, רודאלף ווערבע און אלפרעד וועצלער....'
 
אין תקציר עריכה
שורה 7:
 
דאס האט געברענגט צו די ערשטע שריט פון די אליאירטע קרעפטן, ארויסצושרייטן אין א ווילדע מלחמה, אפצוקלאפן דעם נאצישער דייטש ביז'ן ענדגילטיגע ענדע, און אזוי ארום אפצושטעלן די באנען וואס האבן נאך טאג טעגליך געטראגן 12 טויזענט יודישע קרבנות קיין אוישוויץ, און דורך דעם באריכט זענען טויזענטע יודען געראטעוועט געווארן.
 
==זייער אנטלויף איבערצוגעבן דעם באריכט==
נאכ'ן גוט אויספלאנירן זייער אנטלויפן, האבן זיי אנגעהויבן דערמיט אום ערב פסח [[י"ד ניסן]] [[ה'תש"ד]] [[11טן אפריל]] [[1944]]. ווען זיי זענען געווען ביים טעגליכע ארבעט אינדרויסן פון די באראקען לאגער, איז געווען דארט א הויפען קלעצער, וואס איז שוין געלעגן דארט א שטיק צייט. און מיט די הילף פון פריינד האבן זיי זיך פארשטעקט אין א לאך אונטער דריי שיכט פון די העלצער, און זיי זענען געווען באשמירט מיט רוסישע טאבאק און בענזין, אזוי אז די הונט זאל זיי נישט קענען דערשפירן.
 
נאכ'ן דריטן טאג וואס מ'האט זיי געזוכט, און זיי געוואוסט לויט אפגעשמועסטע צייכענס פון פריינד, אז מ'זוכט זיי שוין נישט. אבער דאן זענען ווידער די וועכטער געקומען זוכן ביי די האלץ, און שוין אויך אראפגענומען צוויי שיכטן האלץ, אבער דאן האט פלוצלינג אנגעהויבן קלונגען די סירענע, און זיי האבן געמיינט אז מ'האט שוין געטראפן וואס מ'זוכט, און אוועקגעגאנגען פון דארט.
 
דאן האבן די צוויי באהאלטענע פראבירט אויפהייבן די האלץ, אבער זענען געווען צו שוואך דערצו. אבער מיט אומ'געווענליכע קרעפטן האבן זיי דאס געריקט און זיך ארויסגעשלייכט פון דארט, און אנגעהויבן לויפן אזוי געלאפן אומגעפער אכציג מייל - דורך וועלדער און דערפער, מיט זייער ווייניג הילף פון די פויער'טעס אונטערוועגנס, ביז זיי האבן דערגרייכט די גרעניץ פון סלאוואקיע. דאס ערשטע זאך האבן זיי געזוכט ווי ס'איז די קאבינעט פון די יודישע אנפירער אין שטאט, מיט'ן ציל איבערצוגעבן דעם גאר וויכטיגע מעלדונג און היסטארישע עדות'שאפט.
 
==דעטאלען וועגן דעם באריכט==
אום [[מאי]] [[1944]], ביים אנקומען צום אפיס פון די ציוניסטישע פירער אין אונגארן, האבן זיי אנגעהויבן פארציילן אויף וואס זיי זענען דא געקומען, און פון וואו זיי קומען.
 
ס'דא וואס זאגן אז מ'האט זיי נישט אינגאנצן געגלייבט, און דעריבער האט מען זיי גענומען אויף א קרייץ פארהער, און נאכן גוט אויספרעגן און אפשרייבן זייערע עדות אויף פערציג בלעטער, מיט גאר פול דעטאלן, האט מען עס פראבירט שיקן צו אנדערע אפיסעס פון די יודישע פירער.
==זייער אנטלויף איבערצוגעבן דעם באריכט==
 
אבער פאר'ן יודישער פאבליקום האבן די ציוניסטישע פירער דארט, עס אין פאקט נישט ארויסגעגעבן.
 
[[קאַטעגאָריע:פארניכטונגס לאגערן]]