אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק טווערסקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 35:
 
==רביסטעווע==
אנדערש ווי זיינע זיבן ברידער, וועלכע האבן באלד אנגעהויבן פירן רבי'שע הויפן אויסגשפרייט איבער [[אוקראינע]], האט ר' איציקל נישט אנגעהויבן שנעל צו פירן א רבי'סטווע גלייך נאך זיין פאטער'ס פטירה. ערשט נאך דער פטירה פון זיין צווייטער פרוי מלכה, די טאכטער פון דעם [[ישראל פֿון רוזשין|רוזשינער]] זצ"ל, און דאס חתונה האבן מיט זיין דריטער פרוי, חנה סימא, די טאכטער פון ר' [[נפתלי צבי מסקווירא פון סקווירא|הערשעלע סקווערער]], האט זיך ר' איציקל באזעצט אין דער שטאט סקווירא, דאס פריערדיגע וואוין-ארט פון זיין פארשטארבענעם שווער, און אנגעהויבן פירן רבי'סטעווע.
 
די שטאט סקווירא אין אוקראינע איז געווען א גרויסע און באקאנטע שטאט פון חסידים פון אלע סארטן. ספעציעל האבן געוואוינט דארט חסידים פונ'ם רוזשינער און זיינע זין, איבערהויפט פון דעם [[אברהם יעקב פרידמאן|סאדיגורער]] זצ"ל. ר' איציקל האט זיך אבער קונה שם געווען און פיל חסידים האבן אנגעהויבן צו פארן צו אים. צווישן די חסידים וואס זענען צו אים געפארן זענען געווען אזעלכע וואס האבן אליין געפירט רבי'שע הויפן ווי ר' [[שלום מקוידנאוו]] און ר' [[ירחמיאל משה מקאזניץ]], און נאך. אויך האבן זיך אנגעשלאסן צו ר' איציקל גאנצע גרופעס חסידים נאך די הסתלקות פון זייער פריערדיגע רבי'ס, ווי די חסידים פון ר' [[שמואל מקאמינקא|שמואל קאמינקער]] און ר' [[משה סאווראנער]] זצ"ל.
 
עס איז באוואוסט אז דער [[יחזקאל שרגא האלבערשטאם|שינאווער רב]] איז געווען ביי ר' איציקל אויף צוויי שבתים מיט דער כוונה אים אנצונעמען אלס רבי. לויט ווי חסידים דערציילן האט דער שינאווער רב, באקאנט אלס א שטרענגער מחמיר אין הלכה, נישט געקענט סובל זיין ביים צווייטן שבת ווען א משרתת האט געצינדן ליכט אביסל שפעט, און איז אוועקגעפארן פון סקווירא אן אנטוישטער.
 
==הסתלקות==