אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הורדוס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 20:
 
== דער משפט פון הורדוס ביים סנהדרין און זיין אנטלויפען ==
ווען די אידישע שרים האבן זיך דערוואוסט וואס הורדוס האט געטון האבן זיי זיך געשטעלט פאר יוחנן הורקנוס דער צווייטער]] און געבעטן, "וואו לאנג וועסטו לאזן אנטיפאטער מיט זיינע קינדער געוועלטיגן, און טון וואס זיי געפעלט, דער אנטיפאטער ניצט דיינע אוצרות און געלט צו קענען חנפ'נען די רוימישער קעניגן, נישט נאר הורדוס נאר אויך זיין זון פסילו הערשט היינט אין ירושלים, און דידו אליינס געוועלטיגסט נישט נאר זיי. שטעל הורדוס דער זון פון אנטיפאטער פאר א משפט צום הייליגן סנהדרין, ווייל די ביסט דער מלך און די האסט די רעכט."
 
די שרים האבן נישט נאכגעלאזט און געמוטשעט דעם קעניג און אויך די מאמעס פון די בחורים וואס הורדוס האט געהארגעט האבן זיך געשטעלט פארן קעניג ווען ער איז געקומען צום בית המקדש, און אים פארגעהאלטן אויף וואס הורדוס האט געטון.
שורה 38:
יענע נאכט איז הורדוס ארויס פון ירושלים מיט זיינע שטארקע לייט, און זיך באגעגענט אינדרויסן פון שטאט מיט זיינע דיוויזיעס און איז אנטלאפען מיט זיי קיין [[דמשק]] צו [[סיקתוס]], און האט פארציילט אלעס וואס איז פארגעקומען אין ירושלים. סיקתוס האט אים געשטעלט אלס הערשער איבער לאנד ארם.
 
נאך א שטיק צייט איז ער צוריק ארויפגעקומען קיין ירושלים מיט א ריזן מיליטער פון פרס'ישע סאלדאטן, וועלנדיג מלחמה האלטן קעגן דעם קעניג הורקנוס אים הרג'נען און איבערנעמען די קעניגרייך, אבער ווען ער איז אונגעקומען צו די טויערן פון ירושלים זענען זיין טאטע אנויפאטעראנטיפאטער און זיין ברודער פיסלו ארויס קעגן אים און אים אפגערדעט פון טון די שריט, און אים אויפגעקלערט אז הורקנוס האט אים געראטעוועט פון די סנהדרין פארדעם דארף ער מכיר טובה זיין און נישט גיין אין מלחמה מיט אים און אזוי אויך וועט זיך גיסן אסאך אידיש בליט, האט ער זיך אויסגעדרייט און איז צוריקגעפאהרן קיין פרס.
 
שפעטער איז ער צוריקגעקומען קיין ירושלים אן מיליטער און איז צוריק געווארן די הערשער ביז ער איז צוריק פארטריבן געווארן דורך די פרסיעשרפרתיעשר ארמיי. נאך 6 יאר האט אים די רוימישער ריגירונגרעגירונג געקרוינט אלץ [[מלך יהודה]], ער איז ארויפגעקומען אויף [[ארץ ישראל]] מיט די הילף פון די רוימישער ארמיי און פארטריבן די פרסישערפרתישער מיליטער.
 
== די קעניגרייך פון הורדוס ==