אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליטאני טייך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
איך האלט אינמיטן שרייבן
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 16:50, 25 פֿעברואַר 2010

"ליטאני" איז א טייך אין לבנון, וואס לויפט אין לבנון טאל, און אין דרום טייל פון לאנד, עס איז לאנג 170 קילאמעטער, און דינט אלס איינע פון די וויכטיקסטע זיסע וואסער קוועלער אין לבנון. ווען די טייך קומט אן צו דרום לבנון, דרייט ער זיך צו מערב, ווי ער פליסט ביז די מיטלענדישע ים, צפון פון צור. די טייך קומט אן פיר קילאמעטער ווייט פון ישראל, אויף די נאנסטע טייל, צפון פון [[קרית שמונה און מטולה, אויף די לעבאנעזע זייט, אין א שטאט וואס הייסט מארזש איון, דארט דרייט זיך די ליטאני, די דריי ווערט גערופן די קני.

די לבנונע האבן אויפגעשטעלט א רעזערוואר, און א וואסער דאמבע, אין די ענדע 1950 יארן, אנהייב 1960גע יארן פארן באנוץ פון די וואסער. דאס איז אין די טאל, ווען עס קומט אן צום "קני", נעבן בופאר פעסטונג. אין דרום לבנון ווי עס לויפט צום ים, איז עס ווייט געווענליך 29 קילאמעטער, פון די גרעניץ מיט ישראל, אין אראביש ווערט די דרום טייל גערופן על קאסמיע.

אין היסטארישע צייטן

עס זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען, אויב יידן אין די צייטן פון יהושע בן נון, זענען אנגעקומען צו די טייך, די יידן פון צור האבן זיך געהאלטן אלס טייל פון ארץ ישראל, און האבן געהאלטן בלויז איין טאג יום טוב.

דער בריטישער מאנדאט, האט ביים ערשטע וועלט מלחמה, פארשפראכן אין באלפורס דעקלעראציע, צו געבן פאר די יידן א נאציאנאלע היימלאנד, די סייקס-פיקא פארשטענדעניש, האט אבער געגעבן ברייטע טעריטאריעס פאר פראנקרייך, אין גליל, און די טייך איז אריבער צו דער פראנצויזישער מאנדאט.