אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלמה קלוגער"

פון די גרעסטע רבנים אין גאליציע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''רבי שלמה קלוגער זצ"ל''' (ה'תקמ"ה - ל' סיון ה'תרכ"ט). רב אין בראד. == אפשטאם == '''רבי של...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 18:46, 7 פֿעברואַר 2010

רבי שלמה קלוגער זצ"ל (ה'תקמ"ה - ל' סיון ה'תרכ"ט). רב אין בראד.

אפשטאם

רבי שלמה איז געבוירן אין חודש תמוז ה'תקמ"ה צו זיין פאטער הרב יהודה אהרן קלוגער, רב אין קאמאראוו (נפ' כ"ו אייר ה'תקנ"ט), א זון פון הרב יצחק אייזיק פון זאלקאוו. און צו זיין מוטער מרת גיטל אן איינציגע טאכטער פון הרב יוסף רב אין ביאלא, פוילן. רבי שלמה האט מען געריפן ביים ברית שלמה יעקב יוסף אבער מיט די ציט זענען די אנדערע צוויי נעמען פארגעסן געווארן.

זיין יוגנט

רבי שלמה האט שוין יונגערהייט ארויסגעוויזן זיין שארפקייט און זיין ברייטן פארנעם אין לערנען, אין עלטער פון זעקס יאר האט ער שוין אנגעהויבן צוזאגן חידושים, וויבאלד מען האט נישט געקענט טרעפן פאר אים א פאסנדן מלמד האט דער פאטער מיט אים אליין געלערנט. באלד נאך זיין בר מצוה איז זיין פאטער נפטר געווארן, און זיין מוטער האט אים געשיקט קיין זאמושץ לערנען אין דער ישיבה פון דארטיגן רב הרב מרדכי ראבין.

רבנות

אין יאר ה'תקס"ז נאך דער פטירה פון זיינע שוויגער עלטערן איז רבי שלמה געבליבן אָן פרנסה האט ער איינגעקויפט סחורה און זיך געעפנט א געוועלב אין ראווא, אבער וויבאלד ער איז געווען אינגאנצן פארטון אין לערנען האט ער געליטן גרויסע פארלוסטן, מיט דער פארמיטלונג פון ישועות יעקב האט מען אין יאר ה'תק"ע (אומגעפער) אויפגענומען רבי שלמה אלס רב אין קאליקאוו.

אין יאר ה'תקע"ה איז רבי שלמה אויפגענומען געווארן רב אין יאזעפאף אבער דארט האט ער נישט געהט קיין מנוחה, וויבאלד ער האט געאסר'ט דעם דארטיגן שוחט, און אין יאר ה'תק"ף איז רבי שלמה אויפגענומען געווארן אלס רב אין בראד.

הסתלקות

רבי שלמה איז נפטר געווארן אין ל' סיון ה'תרכ"ט.

זיינע ספרים

  • ספר החיים - אורח חיים
  • טעם ודעת - יורה דעה
  • משפט צדק- חושן משפט
  • מזבח אבנים - אבן העזר
  • מי נדה - מסכת נדה
  • נדרי זרוזין - מסכת נדרים
  • טוב טעם ודעת - שאלות ותשובות
  • שירי טהרה - הל' נדה
  • שנות חיים - אורח חיים
  • קנאת סופרים - הלכות סת"ם
  • שבעה עינים - שאלות ותשובות
  • עבודת עבודה - מסכת עבודה זרה
  • קהלת שלמה - קהלת
  • מגן אבות - מסכת אבות
  • בגדי יום טוב - מסכת ביצה
  • גבורות שלמה - על התורה
  • מעשה ידי יוצר - הגדה של פסח
  • מאמר אסתר - מגילת אסתר
  • כרם שלמה - מועדים
  • האלף לך שלמה - צשובות

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר


ספרי רבי שלמה קלוגער

אבל יחיד  · אבל כבד  · אמרי שפר  · אפריון שלמה  · בגדי יום טוב  · גבורת שלמה  · האלף לך שלמה  · ובחרת בחיים  · זכרון ימי עברה  · חדושי אנשי שם  · חכמת שלמה  · טוב טעם ודעת  · טעם ודעת  · יריעות שלמה  · כנויי נדרים  · כרם שלמה  · כתב יושר  · כתוב לחיים  · לשון צדיק  · מאיר עיני המחכים לסליחתו  · מאמר אסתר  · מגן אבות  · מודעא לבית ישראל  · מזבח אבנים  · מי נדה  · מיני מטעמים  · מעשה ידי יוצר  · משפט צדק  · נדרי זרוזין  · ספר החיים  · ספר סת"ם  · עבודת עבודה  · עין דמעה  · קהלת שלמה  · קנאת סופרים  · קנקן חדש  · רשפי אש  · שבעה עינים  · שירי טהרה  · שנות חיים  · תיקון עולם