רודי דזשוליאני
ראדאלף וויליאם "רודי" דזשוליאני (געב' 28סטן מיי 1944) איז א געוועזענער מעיאר פון ניו יארק סיטי.
געבורט |
28 מאי 1944 (אלט 80) ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
באשעפטיגונג | אדוואקאט, פאליטיקער, שרייבער, איניציאטאר |
פארטיי | רעפובליקאנער פארטיי |
חתימה | |
ער איז אין יאר 2009 געלאפן פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אויף דער טיקעט פון דער רעפובליקאנער פארטיי. ביז נאך די פריימעריס אין פלארידא, דארט האט ער שטארק פארלוירן, האט ער דענסמאמל אריינגעפירט דזשאן מעקעין. און 2016 איז ער געווען פון די ערשטע שטיצער פון דאנאלד טראמפ, און א אויסגערופענע פארטיידיגער. ער האט געהאט גרויס חשק אז טראמפ זאל אים שענקן די סעקרעטערי אפ סטעיט פאזיציע אבער און דעצעמבר 10, 2016 האט טראמפ געטוויט: דזשוליאני א גרויסער מענטש האט זיך אפגעזאגט פון דינען אינעם סטעיט דיפארטמענט
ער איז געווען שטארק מפורסם און באליבט ביי טיילן פון אמעריקאנער פאלק צוליב זיין העלדישער ראלע בשעתן סעפטעמבער 11 אטאקע וואס ער זעלבסט איז שיער נישט באגראבן געווארן טויט אין איין געביידע בשעתן צוזאמפאלן וואס ער האט זיך געפינען אינעווייניג ארגאנזירן די רעטונגס ארבעט.
ער איז אויך באקאנט אלס גאר א שטרענגער מאן וואס האט געמאכט סדר און אויסגעראטן פארברעכן אין ניו יארק סיטי, איבערהויפט איבערנעמעדיג די געזעצלאזע ווירטשאפט פון זיין פארגייער דייוויד דינקינס וואס האט געלאזט די שווארצע דורכפירן ראיאטן אין קרוין הייטס, ארויסצולאזן זייער כעס...
ניו יארק איז יארן לאנג באטראכט געווארן, סיי אין אמעריקע זעלבסט, און אויך אין דער גארער וועלט, אלס א נישט נארמאלע שטאט, כאטש עס איז דער הויפט שטאט פון אלעס, מאנהעטן ווערט גערופן די הויפטשטאט פון דער וועלט, איז עס אבער געווען זייער געזונקען אין גניבה, רציחה, נידריגע עלמענטען, זנות אין אלע גאסן, דאס איז נאך געווען א ירושה פון מעיאר קאטש און איז א סאך שטארקער געזונקען אונטער דעם פריערדיגן מעיאר דינקיס. ווען רודי איז אריין געקומען אלס מעיאר האט נישט לאנג גענומען און ער האט געמאכט ארדענוג, ער האט אויסגעמענטשלט אפילו ניו יארק !, און האט דערמיט באוויזן א קונץ, גראד ביים אנפאנג ער האט אוועק גענומען די סקווידשי מען פון די גאסן, די זונות האט ער פארטריבן פון די גאסן און זיי אריין געזעצט אין זייערע הייזער, קריים און מאפיע האט ער אויסגעראטן, די עקאנאמיע האט זיך געהויבן ביז דער דאך. ער איז א איטאליעענר און קען גיט די שפראך פון די מאפיע ער האט גערעדט צו זיין זייער שפראך. די מאסן פון אמעריקע געדענקען דאס, און דערפאר ווען האט אנגעהויבן צו קאנדידירן פאר פרעזידענט איז זיין נאמען זייער באקאנט און ער האט שעצונג איבאראל.
און אויך פאר דעם וואס ער איז געוועזן א מפורסמדיגער פראסעקיוטער וואס האט אריינגעשליידערט אין טורמע מאפיע און אויסגעראטן שווינדל און קארופציע פון די גרעסטע מאכטפולסטע ארגאניזאציעס.
זיין שטרענגקייט האט אים טאקע אראפגעפירט אין די אויספרעגן בעפאר די סעפטעמבער 11 אטאקעס צוליב די מערערע אינצידיענטן פון פאליציי ברוטאליטעט און זיין קאלטקייט לגבי די ליידן פון די באגריוועטע קרימינאלן.
ער איז שוין געגט צוויי מאל, און ווערט באטראכט אלס ליבעראלער פאליטיקער ווען עס קומט צו סאציאלע מאראלן ווי משפחה אבארט געיז א.א.וו.
די אידן אין ניו יארק האבן צו אים א ספעציעלע נאנטקייט, ער איז געווארן בירגערמייסטער נאך דייוויד דינקינס , און אזוי ווי אסאך אידן האבן געשפירט ווי דינקינס אלס שווארצער נעמט זיך מער אן פאר די רעכטן פון די שווארצע, אויפן חשבון פון די אידן פון ניו יארק, דעריבער האט ער געפונען חן ביי די אידן פון ניו יארק, אויך ביי די חרדישיע אידן ווי אין בארא פארק און אין וויליאמסברורג איז ער באליבט, אין וויליאמסבורג איז דא א גאס וואס הייסט זשוליאני פלעס פאר זיין כבוד וועגן.
פֿריערדיגער: דייוויד דינקינס |
בירגערמייסטער פון ניו יארק 1994-2001 |
נאָכפֿאלגער: מייקל בלומבערג |