אריה לייביש טייטלבוים (קרעשוב)
רבי אריה לייביש טייטלבוים זצ"ל (ה'ת"ר - י"ז אלול ה'תרפ"ג), רב אין קרעשאוו.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי לייביש איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפעהר) צו זיין פאטער הרב ירוחם טייטלבוים פון טארנא, א זון פון הרב משולם זלמן יהונתן ליפשיץ, א זון פון אריה דבי עילאי
רבנות
רעדאַקטירןרבי לייביש איז געווען רב אין קרעשאוו, און ווען זיין שווער רבי ברוך האלבערשטאם איז געווארן רב אין גארליץ, האט ער אים איבערגעגעבן דאס רבנות אין רודניק, ציזאמען מיט זיין זון רבי צבי הירש האלבערשטאם.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי לייביש איז נפטר געווארן אין בערלין י"ז אלול[1] ה'תרפ"ג[2].
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי לייביש האט געהייראט מרת יוכבד רבקה א טאכטער פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. זייערע קינדער:
- הרב בנימין האלבערשטאם פון נוא יארק.
- מרת פעסיל די פרוי פון הרב נפתלי טייטלבוים.
- מרת מרים די פרוי פון הרב פנחס יוסף דאכנער. זייערע קינדער:
רעפערענצן
רעדאַקטירן- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר