ארז משה דורון
ארז משה דורון, (געבוירן אין ישראל ה'תשכ"ב (1962)) איז א שאפער און לערער באזירט אויף רבי נחמן מברסלבס לערע. ער איז געווארן א בעל תשובה בשעת ווען ער האט געדינט אין צה"ל. ער איז געווען דער פארזיצער פון די פאראפסיכאלאגיע פאריין.
געבורט |
1962 (אלט 62 בערך) חיפה, ישראל | |
---|---|---|
מדינה | ישראל | |
פאך | שרייבער, רב | |
ער האט געשאפן 17 ספרים וואס א טייל פון זיי האט מען איבערגעזעצט אויף פארשיידענע שפראכן. ארז האט דערציילט אז זיין שפיץ ספר איז דער פאנטאסטישער ספר "לוחמי התמורות" וואס ער האט געשריבן במשך 11 יאר און איז אויך פאפולער ביי די סעקולארער וועלט. אין דער ספר ציטירט ער נישט קיין פסוקים און מימרות פון תנ"ך, חז"ל א.ד.ג.
ער איז זייער א טיעפער דענקער און ליבליכער מענטש, אסאך קומען זיך דורך רעדן מיט איהם זייערע פראבלעמען. ער האט אסאך אנהענגער ספעציעל צווישן ספרדי'שע אידן. זיינע ספרים זענען זייער פאפולער אפילו נישט ביי בעלי תשובה, ווייל עס איז געשריבן מיט אסאך חכמה און שכל, ער צייגט אויף מיט פשוטער שכל און דעת אז די וועלט איז נאריש, עס פארמאגט גארנישט, עס איז נישט כדאי צו ארבייטען אויף די וועלט, ליבערשט זאל מען זיך נעמען דינען גאט ברוך הוא.
ער האט א ארגינאזאצע וואס הייטס וואס גיט זיך אפ מיט דריקן און צושפרייטן זיינע ספרים און קאסעטעס.
װעבלינקען
רעדאַקטירן- אַ װעבזײַטל איבער אים (ארכיווירט 06.06.2007 ביי דער Wayback Machine)