אפמאך פון פאריז (1951)
אפמאך וואס האט געשאפן די אייראפעישע קויל און שטאל געמיינדע
דער אָפמאַך פֿון פאַריז איז געחתמ'עט געוועארן דעם 18טן אפריל 1951 צווישן פראנקרייך, מערב דייטשלאנד, איטאליע און די דריי בענעלוקס לענדער (בעלגיע, לוקסעמבורג און האלאנד), און האט אויפגעשטעלט די אייראפעישע קויל און שטאל געמיינדע (ECSC), וואס איז שפעטער געווארן א טייל פונעם אייראפעישן פארבאנד. דער אפמאך איז ארײַנגעקומען אין קראפט דעם 23סטן יולי 1952 און איז אויסגעגאנגען נאך פופציג יאר, דעם 23סטן יולי 2002.