אלקאהאל

(אַריבערגעפֿירט פון אלקהאל)
דער ארטיקל דיסקוטירט די כעמישע פארבינדונג. טאמער זוכט איר דעם געטראנק, זעט אלקאהאלישע געטראנקען.

אין כעמיע, איז אן אלקאהאל וואסערע ארגאנישע פארבינדונג אין וואס אן הידראקסיל גרופע (OH-) איז פֿארבונדן צו א קארבאן אטאם פון אן אלקיל אדער א במקום־אלקיל גרופע וואס איז אפט געשריבן אלס "-R". די אלגעמיינע פֿארמל פאר אן איינפאכן נישט־ציקלישן אלקאהאל איז CnH2n+1OH. נארמאלעווייז, באדייט דאס ווארט אלקאהאל עטאנאל, דער טיפ אלקאהאל וואס געפינט זיך אין אלקאהאלישע געטראנקען.

מען קען רעאגירן אן אלקאהאל מיט א קארבאנזייערס (ענגליש: "carboxylic acid", דײַטש: "Carbonsäure/Karbonsäure") כדי צו שאפן אן עסטער (ענגליש: "ester", דײַטש: "Ester").