רבי אליעזר ניסן הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ל - ה'תרע"ו), פון צפת.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי אליעזר ניסן איז געבוירן אין יאר ה'תר"ל (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב נפתלי חיים הורוויץ, דער וואנדער רבי, א זון פון הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת יוכבד רבקה די טאכטער פון הרב משה אונגאר פון צאנז, אן איידעם פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים.

רבנות רעדאַקטירן

רבי אליעזר ניסן האט נישט געוואלט אננעמען קיין רבנות, ווען די צאנזער חסידים אין צפת האבן אים געמוטשעט ער זאל זיין זייער רב, איז ער אוועק פון צאנזער קלייזל דאווענען אין קארלין.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי אליעזר ניסן איז נפטר געווארן ב' תמוז ה'תרע"ו, אין ליגט אין צפת נעבן אריה"ק.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי אליעזר ניסן האט געהייראט מרת מרים א טאכטער פון הרב יעקב כהנא, אן אייניקל פון הרב משה דוד אשכנזי דער טאלטשאווער רב. זייערע קינדער:

  • מרת צירל בזיווג ראשון די ווייב פון הרב מרדכי יהודה אדלער, פון ירושלים, אן אייניקל פון הרב דוד בידערמאן, רבי דוד'ל לעלאווער. בזיווג שני די ווייב בזיווג שני פון הרב ברוך האגער, רב אין סערעט.
  • מרת מישקיט די ווייב פון הרב אברהם משה באב"ד.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר