אליטע
|
אַליטע (ליטוויש: Alytus, פויליש: Olita, רוסיש: Олита, בעלארוסיש: Аліта, דייטש: Aliten) איז די הויפטשטאט פון אליטער דיסטריקט אין דרום ליטע, אויף די ברעגן פונעם טייך נעמאן און אויף די הויפט שאסייען קיין ווילנע, קאוונע אין בעלארוס. די שטאט געפינט זיך 50 ק״מ דרום פון קאוונע.
היסטאריע
רעדאַקטירןאינעם 14טן יארהונדערט איז געווען אויפן ארט א שלאס וואו מענטשן פון דער טעווטאנישער ליגע האבן געהיט דעם גרענעץ פון ליטע. אין יאר 1581 האט אליטע באקומען מאגדעבורג רעכטן פון דעם גרויסהערצאג פון ליטע, סטעפאן באטארי. אין אנדענק האט מען איינגעפירט אין דער שטאט א פייערטאג, "אליטע טאג".
ביי דער דריטער טיילונג פון פוילן אין 1795, איז די שטאט צעטיילט געווארן צווישן דער רוסלענדישער אימפעריע און דעם קעניגרייך פון פרייסן. נאך דער אינוואזיע פון נאפאלעאן און דעם טילזיט שלום, איז די מערב זייט פון דער שטאט געקומען אונטערן פוילישן קעניגרייך, אונטער רוסלאנד. נאך דער קאנגרעס פון ווין האט די גאנצע שטאט געקערט צו פוילן. נאך דער 1863 רעוואלוציע, ווען ס׳איז דורכגעפאלן דער פרואוו פון קאנגרעס פוילן צו ווערן אומאפהענגיק, איז געווארן אפגעשוואכט די אויטאנאמיע פון פוילן, אבער די צוויי טיילן פון דער שטאט זענען געבליבן ווייטער אונטער צוויי הערשאפטן.
אין 1939, האבן די סאוועטן איינגענומען מזרח פוילן. אין זומער 1941 האבן די דייטשן איינגענומען די שטאט. אין די ארומיגע וועלדער האבן די דייטשן דערמארדעט 60,000 מענטשן, רוב פון זיי יידן.
יידן אין אליטע
רעדאַקטירןאין 1900 האבן געוואוינט 1234 יידן אין אליטע.[1]
באקאנטע מענטשן פון אליטע
רעדאַקטירןשטאטס-רבנים פון אליטע
רעדאַקטירן- הרב יואל זעליג זאלקינד
- הרב אהרן מילעווסקי, געבוירן אין אליטע, שטאטס-רב תר״ץ - תרצ״ח, דערנאך הויפט-רב פון מאנטעווידעא
- הרב דוד נחמן קאלאדיצקי,
- הרב יהודה יאבלאנסקי, שטאטס-רב פון אליטע מזרח[2]
- הרב בצלאל לעווין, שטאטס-רב פון אליטע מערב[2]
- הרב ראובן לעווינבוק
אנדערע
רעדאַקטירן- הרב יצחק קאליץ, געבוירן אין אליטע, הויפט-רב פון ירושלים
צווילינג שטעט
רעדאַקטירןאליטע האט די צווילינג שטעט:
וועבלינקען
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ "אליטע", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)
- ↑ a b רשימה פון ליטווישע רבנים וואס זענען אומגעקומען ביי דער חורבן אייראפע
- ↑ Miasta Partnerskie Opola (Polish). Urzad Miasta Opola. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2013-08-01. דערגרייכט דעם 2013-08-01.