אילעין טשאו
אילעין טשאַו (ענגליש: Elaine Chao, געבוירן דעם 26סטן מערץ 1953) איז אן אמעריקאנישע פאליטיקערין. טשאַו איז געווען דער ערשטער אזיאטיש־אמעריקאנער, און די ערשטע טייוואנער אמעריקאנער פרוי, אין די פאראייניגטע שטאטן'ס היסטאריע צו דינען אין א פּרעזידענט'ס קאַבינעט. זי האט געדינט ווי דער 24סטער ארבעט סעקרעטאר אונטער פּרעזידענט דזשארזש וואלקער בוש פון 2001 ביז 2009, און דער אונטער סעקרעטאר פון טראנספארטאציע אונטער פּרעזידענט דזשארזש ה. וו. בוש. אום 29סטן פון נאוועמבער 2016, האט פּרעזידענט דאנאלד טראמפ נאמינירט טשאַו צו דינען ווי דער סעקרעטאַר פון טראנספארטאציע.
געבורט |
26 מערץ 1953 (אלט 71) טאאיפי, טייוואן |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, טייוואן |
פאך | פאליטיקער, עקאנאמיסט |
בן/בת זוג | מיטש מקאנעל |
elainechao | |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןגעבורט און יוגנט
רעדאַקטירןזי איז געבוירן אין טייפּע, טייוואן, דעם 26סטן מערץ 1953, צו עלטערן וואס זענען אַנטלאָפֿן פון שאנכיי צו דעם אינזל טייוואן אין 1949, אינדערצייט וואס די קאמוניסטישע פארטיי האט איבערגענומען די מאכט ביי דער כינעזישער ברודער-קריג. אין 1961 האט זי זיך אריבערגעצויגן מיט איר מוטער און אינגערע שוועסטער צו די פאַרייניקטע שטאַטן, און האט זיך דארט פאראייניגט מיט איר פֿאָטער וואס האט זיך אריבערגעצויגן דארט דריי יאר בעפאר.
אויסבילדונג
רעדאַקטירןטשאַו איז געגאנגען צו דער סיי סינג עלעמענטאַר־שולע אין טייפּע פֿאַר קינדערגאַרטען און ערשטער קלאס, און דערנאָך האט זי געלערנט אין דער סיאָסעט הויכשולע אין סיאָסעט, ניו יארק. זי האט באקומען אַן ערשטן דיפלאם אין עקאָנאָמיק פון מאונט האליאק קאלעדזש.
פאמיליע
רעדאַקטירןטשאַו האט אין 1993 געהייראט מיטש מקאנעל פון קענטאקי, וואס איז דער סענאַט מערהייט פירער זינט דעם 3טן יאנואר 2015. און יעצט די מינדהייט פירער זינט 2021.
פריערדיגע טעטיקייטן
רעדאַקטירןאיידער זי האט זיך אריינגעלייגט אין פּאָליטיק, איז טשאַו געווען דער וויצע־פּרעזידענט פֿאַר סינדיקירטע הלוואות אין דער באנק פון אמעריקע קאפיטאל מארק גרופע אין סאן פראנסיסקא, קאליפארניע, און אַן אינטערנאַציאָנאַלער באַנקער בייַ סיטיגרופ אין ניו יארק פֿאַר פיר יאר.
דער ארטיקל וועגן א פאליטיקער איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |